קידוש לבנה אבזערוואציעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

קידוש לבנה אבזערוואציעס

שליחה דורך משה געציל »

בערל דער גבאי שני האט געירשנ'ט בירושה פון זיין פארגייער, דאס אויסקלאפן נאך מעריב "קידוש לבנה" ... פראבירן זאל נאר א צווייטער אויסצוקלאפן.

שמואל נחום -אזוי ווי יעדענס מאל- האלט אז מען זאל נאך ווארטן אפאר מינוט, ווייל דעמאלטס וועט דער לבנה אנקומען צום קלימאקס פון איר שיינקייט (נאך א מזל אז מען געברויך נישט א הדרדיג'ע לבנה ווי א אתרוג...)
ר' יצחק אייזיק וועט דייקא נישט נעמן א זאגערל פון די וואנט, נאר ענדערשט א סידור כדי צו קענען זאגן למנצח בצורת המנורה.

שלום האט א מנהג מקובל, הויך אויסצושריין "חק נתן ולא יעבור", און פארזעצן מיט דעם ברכה מילה במילה בקול רם גדול בהתלהבות עצומה. ווען איך האב אים אנגעפרעגט וואס ער האט אינזין ביי קידוש לבנה, האט ער פונקט געמוזט לויפן, אויפדערווייל -ווי לאנג ער איז אזוי פארנומען- בלייב איך זאגן אויפן זעלבן נארמאלן טאן.
משה אברהם האט שוין פון לאנג דער חזקה, צו שטיין לעבן דעם רב ביי קידוש לבנה אויף וואס ער איז נישט מוותר ח"ו, יעבור עליו מה.
דוד -שוין נישט קיין אינגערמאנטשיג גראדע- הייבט זיך ביי ״כשם שאני רוקד״, למעלה מעשרה טפחים.
זרח וויל א יעדעס מאל פון פריש וויסן פארוואס מען זאגט דער פסוק תפול עליהם דריי מאל פארקערט. (פארוואס מען זאגט עס געהעריג דריי מאל ווייסט ער שוין...)

מעכל האט א מנהג, אז ער גיבט שלום עליכם פאר אלע וואס שטייען אין זיינע ד' אמות, ח"ו קיינעם נישט וויי צו טוהן.
נחום ווארט שוין אז א בחור'ל זאל אים צוקומען געבן שלום עליכם, ער זאל קענען ענטפערן מיט א שטרענגע מינע "זאג נאר! איך בען עפעס דיין חבר"?!
ברוך -דער פאנדדרעיזר פארן כולל ערב- איז מקפיד צו שטיין ביים זייט פונעם גביר און אים געבן שלום עליכם מיטן וויץ צוגעגרייט נאך פון פאריגע חודש, אה! מ'האמיר זיך שוין לאנג נישט געזען.... (היינט פאר א טויש האט ער יא א טובה געטוהן און געגעבן א פערטל שמייכל).
ר' אבא האט שוין א אלטע מנהג, ווען ער גיבט שלום עליכם ענטפערט ער תיכף צוריק פאר זיך אליינטס עליכם השלום, נאך איידער יענער קען אים צוריק ענטפערן. מסתמא האט ער נישט געפינען א ריכטיגע חבר וואס זאל זיין גענוג כשר אויף אים צו ענטפערן.
יוקל באקוקט זיך זיינע פעדעמער פונעם ציצית בבדיקת חורין ובסדקין.

יענקל (איך מיין נישט דיך, איך האב דירעקט געשריבן מיט א "עין"...), פאנגט אן טובים מאורות מיט א פרישקייט, ווי דענסמאל איז דאס ערשטע קידוש לבנה זיינער. עס וואונדערט מיר צו "לווים בזמרם" מיינט מען טאקע דעם ניגון.
בנימין זאב האט א מסורה, אז פאר א יעדע מאל וואס מען הייבט אויף איין פיס ביים טובים מאורות טאנץ, שאקלט מען די אנדערע דריי מאל שנעל.
פייוול כאפט אן זיין שכנ'ס האנט און רוקט עס אונטער יענעמס רוקן דייקא, אינטערעסאנט איז אז ביי הקפות איז ער זיך נוהג צו שלעפן יענעמס האנט צו זיינע לענדן.
חייקל איז דער ארכיטעקט פונעם רינג. ווען עס פעלט זיך אויס צו פארברייטערן איז ער דער וואס שלעפט זיינע שכנים מיט אים, ווען א צווייטער וועט עס טון אן זיין ערלויבעניש וועט ער זיכער מאכן עס צו צושטערן.

משה מנחם שרייט שוין א גוטן חודש! א גוטן חודש! ווען דער עולם האלט נאך ביי "ברכה והצלחה"... און לויפט שנעל זיכען א יונג בחור'ל וואס זאל אים נאר האלטן די זאגערל פאר א מינוט, און פלינקערהייט יאגט ער אפ (עס איז געלאנגען די אקציע... הא?). אינטערעסאנט אז א צוויי מינוט שפעטער טרעף איך אים אין ביהמ"ד.

שטעלט אייך פאר ווען דער זון וואלט ווען אננגעקומען איין מאל א חודש, צום זעלבן פינטל וואו זי איז געווען אין טאג פון איר באשאף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר