איז דא א חרם דרבגמ"ה אויפצולעבן פארשטויבטע אשכולות?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

איז דא א חרם דרבגמ"ה אויפצולעבן פארשטויבטע אשכולות?

שליחה דורך משה געציל »

איך האב מתחלה געפלאנט צו שרייבן צוויי שורות צו ידידנו ר' סאנבערן. למעשה אזוי אומבאמערקטערהייט האבן מיינע פינגערס אפגעטייפט מער ווי אפאר שורות, אזוי אויך דער פאקט אז איך האב שוין געזען אז עס באדערט פאר נאך דא, האב איך מחליט געווען צו עפענען א פרישע אשכול.
איך באציה זיך צו וואס סאנבער זז"ג האט דא געשריבן
sunbar האט געשריבן:בערל, וואס איז פשט פון ארויפברענגן אלטע אשכולות? איך פרעג סתם ווייל איך בין באמת נייגעריג...


איך זעה אז דו ביסט נישט דער ערשטער וואס עס באדערט. איך וויל באמת פארשטיין, וואס עס באדערט אז איינער ברענגט ארויף א אלטע אשכול? ס"ה קוקט ער איבער אביסל אלטע אשכולות'ן ווען ער האט נישט וואס צו טוהן, און ווען ער האט עפעס אינטערעסאנט מוסיף צו זיין לייגט ער צו.

איז דא עפעס א עקספייערעישען דעיט אויף א אשכול??? איינמאל מען האט אויפגעהערט פאר א וואך צייט שרייבן טאר קיינער מער נישט מוסיף זיין??? איינער וואס האט נישט מיטגעהאלטן ווען דער אשכול איז נאך געווען בחיים חייתו, טאר קיינמאל מער נישט אריינרעדן אין דעם נושא??? איינער האט געטראפן א אינטערעסאנטע הערה צו צולייגן טאר ער נישט מחיה מתים זיין דעם אשכול??? עס ארבעט עפעס מיט תורת דיחוי, און כיון דאידחי אידחי???

ווילסט זאגן אז ער פירקלט סתם? קודם כל האט ער דא צוגעברענגט א אינטערעסאנטע הערה. און אויב האלטסטו אז עס איז יא סתם געפירקלט, וואס עפעס באדערט דיך עס דוקא אין א אלטע אשכול? מיר באדערט עס אסאך מער ווען איינער טוט דאס אין א לעבעדיגע אשכול. ווען איינער טוט דאס אין א אלטע אשכול, איז דא א גוטע געלעגענהייט אז נייע געשמאקע ניקים, וואס זענען נאכנישט געווען איינגעשריבן דא זאלן קומען מוסיף זיין אינטערעסאנטע ידיעות און הערות. משא"כ ווען עס רעדט זיך פון א נייע אשכול וואס עס לעבט, און יעדער האלט מיט, פארוואס פעלט זיך אויס סתם אריינצוהאקן מיט נארישע קאמענטארן?

און אויב עס באדערט דיך נאך אלץ, האב איך א פשוטע עצה. איידער דו גייסט אריין אינעם אשכול, קוק דער דאטום ווען דער אשכול האט זיך געפענט, אויב אין דיין נאז שמעקט דער דאטום זויער, זאלסטו אנטלויפן דערפון ווי פון פארשימעלטע מילך. אויב יענער גלייכט דייקא יא זויערע מילך לאז אים עס טרינקן עס וועט דיר נישט פארשאפן קיין בויך וויי. כנלע"ד, ווער עס האלט אנדערש איז מכובד צו קומען אויסשמועסן זיין צד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר