איך בין מאלעסטעט געווארן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
בארשט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:53 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

איך בין מאלעסטעט געווארן

שליחה דורך בארשט »

יא! איך בין מאלעסטעט געווארן אין מיינע אינגע יארן.

עס איז נישט גרינג צו רעדן דערפון, איך האב שוין אפאר מאהל אויסגעמעקט און נאך אמאל געשריבן, נאר אזוי ווי עס איז דא אן איבערקערניש יעצט, שפיר איך פאר וויכטיג דאס צו שרייבן.

איך בין געבוירן געווארן אלס א סאטמארע חסיד, און מיינע קינדער און אייניקלעך וועלן אי"ה אויך אויסגעוואקסן סאטמארע חסידים.

יעדע סאטמארע חסיד ווייסט אז שמחת תורה איז א חיוב דאורייתא צו קומען צום רבי'ן, און איך האב אויך ליב געהאט צו קומען צו זעהן דעם רבי בעל ברך משה'ס הייליגע צורה בשעת ווען ער טאנצט די לעכטיגע הקפות, און ווי אזוי ער פלעגט צודרוקן די ספר תורה צו זיין הארץ מיט אזא חביבות. אשרי עין ראתה זאת.

איך בין געווען א תמימות'דיגע בחור, און איך פלעג אריינקומען מיט מיין טאטע יעדעס יאר בלי שום יוצא מן הכלל. עס איז געווען איין יאר ביי מיטל-נאכט יום טוב, און איך האב געטאנצן מיט איינע פון די עיני העדה. איך האב געשפירט פאר א מורא'דיגע זכיה אז איך קען טאנצן מיט אים און אנכאפן זיינע הענט.

עס איז שוין געווארן שפעט און איך האב אנגעהויבן מיד צו ווערן, האב איך זיך אנטשולדיגט אז איך וויל שוין צוריק גיין צו מיין אכסניה. זאגט ער מיר אז עס איז שוין זייער שפעט און איך זאל נישט אהיימגיין אליינס, ווייל עס איז א גרויסע סכנה, און ער גייט מיר אהיימבאגלייטן.

איך בין ממש געפלויגן אין די לופטן, איך האב געקענט באשטיין צו גיין מיט אים ביז אינדערפרי. א קלייניגקייט? איך קליינער בחור'ל ווערט אהיימבאגלייט אדורך אזא חשוב'ן פארשוין?

אויפן וועג זאגט ער מיר, אז ער דארף איין רגע ארויסגיין און איך זאל נישט בלייבן אליינס אויפן גאס, און ער איז אריין מיט מיר אין איינע פון די סאטמארע בתי מדרשים וואס ער האט געהאט די נאמבער פונעם שלאס.

אזוי אריינקומענדיג פרעגט ער מיר, זאג נאר, דיין טאטע האט דיר ליב? מיין טאטע זאל זיין געזונט איז נאך פונעם פריערדיגן דור און ער איז נישט געווען צוגעוואוינט צו ווייזן זיינע געפילן לטוב ולרע. האב איך אים ברוב אוילתי געזאגט; אז אסאך מאהל טראכט איך אז איך בין בכלל אדאפטירט און נישט אן עכטע קינד.

זאגט ער מיר; ער ווייסט נישט צו שעצן דיין חכמה און שיינקייט, קום, איך וועל דיר ווייזן. און ער האט מיר ארומגענומען און אנגעהויבן גלעטן, אזוי האט מיר געוויזן זיין "ליבשאפט" ביז עס האט זיך געענדיגט מיט זייער א נישט איינגענעמע ענדונג.

א גאנצע וועג אהיים האב איך געשפירט קאלט און ווארעם, איך האב זיך געשפירט ווי פורים נאכמיטאג. ווי נאר איך בין אנגעקומען אהיים האב איך צוריסן מיין אונטערוועש און אריינגעווארפן אין מיסט קאסטן. איך בין אריין אין ביה"כ און ביטערליך געוויינט, איך האב געריבן מיין פיס און אלעס ארום מיט סטילל וואל, כדי אראפצווישן אלע עבירות און חטאים וואס איך האב נאר עובר געווען, ביז עס איז געווארן אינגאנצן צוריבן. איך האב נישט געקענט שלאפן, איך האב זיך געשפירט ווי דער נידעריגסטע מענטש אין די וועלט. איך האב זיך געבעטן ביי אלע שדים און רוחות אז איך זאל נישט אויפשטיין, איך האב נישט געליינט קריאת שמע אפשר אזוי וועל איך נישט אויפשטיין, איך זיך געשפירט ליידיג און איך בין זיך אליינס שולדיג ווייל דאס איז געווען א נסיון פונעם אייבערשטן און איך האב עס נישט געקענט באשטיין. און דער אייבערשטער האט מיר עס צוגעשיקט אז ער דארף מיר נישט וכו' וכו'.

אינדערפרי האב איך בשום אין אופן נישט געוואלט גיין אין שוהל, נאר מיין טאטע האט מיר ממש ווי געצווינגען צו גיין. איך האב נישט געוואלט גיין אין מקווה כדי מ׳זאל נישט זעהן מיינע צוריבענע פיס. איך האב געשפירט אז יעדער ווייזט זיין פינגער אויף מיר אז איך בין דער גרעסטער חוטא, און איך האב קאליע געמאכט יענעם "חשוב'ן" פארשוין. איך האב נישט געוואלט קוקן דעם רבין אין פנים אריין ווייל איך האב נישט געוואלט אז ער זאל שפירן די טומאה וואס שפראצט ארויס פון מיר.

פון מיינע בחור'ישע יארן נאכדעם האב איך נישט חשק צו רעדן דא ברבים, ואתכם הסליחה. ביז יום חופתי האט מיין טאטע, און קיינער נישט געוואוסט דערפון.

נאך מיין חתונה האב איך זיך זייער געשעמט צו דערציילן פאר מיין ווייב מיין געשיכטע, מיין חתן מדריך האט מיר א גאנצע צייט געפרעגט צו עפעס האט אמאל פאסירט מיט מיר, זעהענדיג אסאך מאדנע סימנים, איך האב געלייקענט אלע יארן. ווען מיינע קינדער האבן אנגעהויבן אונטער צו וואקסן בין איך פשוט געווארן פערענויד און זיי נישט געלאזט אטעמען אליינס, אזוי זענען אדורך געגאנגען א שיינע תקופה, פול מיט שלום בית פראבלעמען און קינדער וואס ווילן נישט דעם טאטן אינדערהיים. ביז איך האב איין נאכט אויסגעבראכן און פארציילט פאר מיין ווייב די גאנצע געשיכטע. איך בין געגאנגען אויף הילף און איך האב זיך געלאזט קאסטן ממון ודמים פאר דעם.

היינט איז מיר נישט מעגליך צו ארויסקומען אויפן גאס און שרייען, יא! דאס בין איך און יענער און יענער האט מיר מאלעסטעט. איך דארף שידוכים טוהן מיט מיינע קינדער, און דארף מיין דזשאב, איך וויל מיינע קינדער אין די מוסדות, און איך וויל נישט פארלירן מיינע חברים.

ברודער טייערע, ווען עטץ זעהטס איינעם לויפן מיט א מעסער אויפן גאס, רופסטו אים צו די דין תורה אדער דו ריפסט 911? נישט קיין חילוק ווי לאנג און ווייס זיין בארד איז!!!!

ביז היינט האב איך די שולד געפילן אז ווייל איך שטעל יענעם נישט אפ, בין איך זיכער אז יענער טוט עס ווייטער. איך שפיר ווי די אומשולדיגע נשמות ליגן אויף מיינע האנט. צו איז דאס נארמאל?? ווי איז די אחריות פון איין איד אויפן צווייטן?

האסט שוין אמאל געזעהן א מענטש זאל זיין פארקילט נאר מיט איין סניז? ווען א מענטש איז פארקילט קען ער נישט שולט זיין אויף זיין סניזן. ווען א מענטש איז קראנק אויף די זאכן וועט ער איז זיך נישט שטעלן ביי איינס, ער קען זיך פשוט נישט איינהאלטן.

קיין רב וועט נישט ארויסקומען קעגן א צווייטע רב אדער מו"ץ, עס איז נישט דא קיין עצה ליידער נאר פאליציי. אדרבה! האסט אן אנדערע עצה? זאג עס! זאגן סתם אז מ'טאר נישט איז נישט קיין קונץ.

ווילסט ענדערש אז ער זאל זיך דרייען און באטאפן דיינע קינדער? ווי אזוי שלאפן ענק רואיג ביינאכט וויסענדיג אז אזעלכע משחיתים דרייען זיך אין די גאסן און דו גייסט קיינמאל נישט וויסן נאר לאחר המעשה ה"י ווייל יעדער האט מורא ארויסצוקומען????

לוי אראן איז אויך א איד, האט דא איינער רחמנות אויף אים אז ער זיצט אין תפיסה? טענה'ט דא איינער אז א איד טאר נישט זיצן אין תפיסה? וואלט איינער זיך איינגעהאלטן א סעקונדע צו רופן די פאליציי אויף אים ווען ער ווייסט ווען ווער ער איז??????

איך זאג נישט אז וועבערמאן האט עס יא געטוהן אדער נישט, איך ווייס נישט. אבער די קאנצעפט אז מ'טאר נישט גיין צו די פאליציי איז מופרך און רשעות שאין כדוגמתו.

דער אשכול פארמאגט 155 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט