ס'איז געווען באשערט...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

ס'איז געווען באשערט...

שליחה דורך קליינער »

א איד רייסט זיך ארויס פון ביהמ"ד און לויפט מיט איין אטעם צום ארבעטס באס, און קוים וואס זיין אטעם ליגט נאך ביי אים, און ממש פאר אים, רוקט זיך דער באס מיט א מאיום'דיגער קרעכץ ארויס און פארט אוועק. דער איד ווערט נישט געפאלן, און מורמלט ארויס די ווערטער:

וואס קען מען טון, ס'איז געווען באשערט...

א אידענע שטייט און קאך און קאכט אפ פיינע נארהאפטיגע עסן פאר די פאמיליע, און אט א בראך, זי איז געווען פארשמועסט און פארטון מיט א העפטיגע טענה'ריי מיט איר'ס א שוועסטער, און... די זופ האט זיך פארברענט. זי ווערט נישט געפאלן, און...

ס'איז געווען באשערט...

אזוי קען מען אנגיין מיט אן א שיעור אזעלכע עפיזאדן, און מיין צייט איז באשרענקט יעצט, ווייל ס'איז באשערט איך זאל ענדיגן עטליכע ענינים ביי מיר אין ביזנעס, אבער מיין פוינט וויל איך ארויסברענגען.

יעדע זאך איז באשערט, ווייל אויב עס האט אזוי פאסירט איז עס געווען באשערט, אבער זאל דער איד אויפשטיין אביסל פריער, אדער זיך נישט פארטונקען אינעם לחיים נאכן דאווענען, און זיין ביים באס אין צייט, וועט "זיין באשערט" אז ער זאל זיין אויף יענעם באס... די זעלבע מיט דער אידענע אין קיך, וואס ווען זי שרייט נישט אן איר שוועסטער און האלט מער קאפ אין טאפ וועט "זיין באשערט" אז זי זאל האבן פיינע געשמאקע יוך פאר איר מאן און פאמיליע.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר