ווער בין איך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

ווער בין איך?

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

שלום עליכם! דאס בין איך, לולקע-ציבעך. לאמיר זיך באקענען. פאר איר נעמט זיך רעדן וועגן זיך, וואלט געווען יושר אז איך זאל זיך קודם פאָרשטעלן. (נאך אלעם, בין איך דאך דער וואס האט אייך געגעבן דעם "שלום עליכם", נישט פארקערט!)

איך, לולקע-ציבעך, בין א מענטש. אבער "מענטש" אליין זאגט דאך גארנישט -- עס זענען דאך פאראן א זעקס ביליאן פון דעם מין. אקעי, גערעכט: איך בין א איד. נאך אלץ נישט גענוג. איר זענט ווייטער גערעכט: איך בין א חסידישער איד. אבער דאס איז נאך אלץ נישט גענוג. "מענטש-איד-חסידישער איד" -- דאס איז נאך אלץ א שם הכולל פאר לכה"פ טויזנטער מענטשן. איר ווילט דאך וויסן ווער "איך" בין. וועל איך אייך זאגן: איך בין א חסידישער איד וואס באלאנגט צו יענעם-און-יענעם קרייז (נישט די זייט -- איך בין פון דעם אנדערן צד). איך בין מיטלמעסיג אין הויך און וואג. כ'האב טונקעלע האר און עטוואס-טונקעלע הויט. כ'טראג קאנטעקט-לענסעס. (גלעזער גייען אויף די נערוון.) מיין בארד איז אביסל אריינגעדרייט. (זי איז לעולם לענגער ווי זי זעט אויס.) איך טראג א ווייס העמד (רעכטס אויף לינקס) און א פאר שווארצע הויזן. (ס'איז נישט מיין סוט הויזן -- יענע ניץ איך נאר פאר שמחות און אנדערע אזעלכע ספעציעלע געלעגנהייטן.)

בטבע בין איך א שעמעוודיגער, א שטיקל כעסן, נישט קיין שלעכטער -- הגם אויך נישט קיין מורא'דיג-פיינהארציגער. איך גלייך סטעיק (מיט פאטעיטא סאלאט צו דער זייט). בדיעבד קען איך פארדייען א גוט שטיקל מילכיגס אויך. איך האב ליב שווארצע קאווע. טיי איז נאר על כל צרה שלא תבוא, אין פאל פון א פארקילאכטס. איך בין א "פען" פון ליפא. מיכאל איז נישט שלעכט. מרדכי איז גאר גוט! איך בין א "מעטס פען". (וואס איז די גדולה מיט די "יענקיס"?)

פאר פרנסה טו איך אין אינשורענס. (מיין ספעציאליטעט איז לייף אינשורענס, אבער איך טו אויך אינוועסטמענס און אביסל קאמערשאל אינשורענס, דא און דארט.) איך בין אן אישורענס אגענט. כ'האב א שטיקל שותף, אבער יענער טוט בעיקר די אפיס ארבעט. איך בין מער אויפ'ן ראוד.

אבער, איך פארשטיי אז איר זענט נישט צופרידן פון מיין מענה לשון אין די לעצטע דריי פאראגראפן. איר פרובירט דאך צו פארשטיין ווער איך בין. דערווייל האב איך אייך נאר געזאגט וויאזוי איך זע אויס, וואס איך טו, וואספארא בגדים איך טראג; כ'האב אייך דערציילט וועגן מיין עסן-געשמאק און עטליכע פון מיינע נטיות. אבער די אלע זאכן זענען צוגאבן און צוגעהערן וועגן מיר. ווער בין אבער איך אליין? די פראגע שטייט דערווייל און ווארט אויף אן ענטפער.

דעם אמת געזאגט, בין איך אליין נישט קלאר אין דעם. איר זענט נישט דער ערשטער וואס שטעלט מיר די פראגע, ווער איך בין. איך אליין האב שוין א שיין-ביסל געטראכט דערוועגן. דערווייל אבער בין איך נישט זיכער אז איך האב א קלארן ענטפער, אפילו פאר זיך אליין.

אמאל האב איך געמיינט אז איך בין -- פשוט איך: מיין גוף, מיין מוח, מיינע געפילן, מיינע זכרונות, און נאך אזעלכע זאכן און אייגנשאפטן. פאר א לאנגער צייט האב איך זיך אזוי ארומגעדרייט זיכער און קלאר. ווען איך האב אבער אנגעהויבן אריינטראכטן אביסל טיפער, האב איך איינגעזען אז ס'איז נישט אזוי פשוט. און איך וועל אייך מסביר זיין פארוואס ס'איז מער קאמפליצירט ווי עס זעט אויבנאויף אויס.

מיין גוף, וואס זעט טאקע אויס ווי איין גרויסער "שטיק", איז באמת צוזאמגעשטעלט פון צעלן, טריליאנען צעלן. די צעלן האלטן אין איין אפשטארבן און נייע ווערן געבוירן אויף זייער פלאץ. ווען א צעל שטארבט, מיינט עס אין אנדערע ווערטער אז יענער טייל גוף איז געשטארבן. ווען זיין פלאץ ווערט ערפילט מיט א נייעם צעל, מיינט עס דאך אז יענער חלק גוף איז יעצט פריש געבוירן געווארן. צעלן האלטן אין איין שטארבן און געבוירן ווערן דורכאויס דעם גאנצן לעבן פון א מענטש. עס געדויערט ארום 10 יאר ביז אלע צעלן פונעם גאנצן גוף ווערן ערזעצט מיט נייע צעלן. דאס הייסט, אז יעדע צען יאר טרעף איך זיך מיט א נייעם גוף. דאס מאטעריאל פון וואס מיין גוף איז צוזאמגעשטעלט איז אינגאנצן ניי. מיין גוף איז דורכאויס די צען יאר ביסלעכווייז אפגעשטארבן. נישטא פון אים קיין זכר. דער גוף וואס איך האב יעצט, איז שפאגל ניי. (די נייע שיך האב איך געקויפט טאקע לכבוד דער שמחה. פאריגע וואך האט זיך געענדיגט א פרישער צען-יאר מחזור.)

איז, איך, וואס לעבט שוין ארום 25 יאר, בין נישט דער גוף. דער קערפער איז "מיינס". איך בין אבער נישט ער און ער איז נישט איך. מיר זענען טאקע זייער נאענט פארבינדן -- איך קען בשום אופן נישט עקזיסטירן אן מיין גוף; איז ער אבער פארט נישט איך. ער איז מיינס. "איך" בין דער, צו וועמען דער גוף באלאנגט.

מיין מוח? דאס זעט שוין אויס אביסל נאענטער צום אמת. מיינע מחשבות און הרגשים, מיין נערוו-סיסטעם און אלע קערפער-פונקציעס ווערן דירעקטירט און קאנטראלירט דורכ'ן מוח. מסתמא ליגט דער הונט טאקע דא באגראבן. (העי, לולקע: מען האט דיך געכאפט! קענסט שוין ארויסקריכן פון דיין מוח-באהאלטעניש.)

האב איך אבער א שטיקל -- נישט ממש א פירכא, אבער יא א שטיקל קשיא. וואס וועט זיין, אויב איך וועל חלילה זייער קראנק ווערן אין ארום 20 יאר פון יעצט. מען זאגט אז די מעדיצינישע טעכנאלאגיע וועט דעמאלט זיין אזוי פארגעשריטן, אז מען וועט קענען דורכפירן מוח-איבערפלאנצונגען, פונקט מען טוט היינט מיט'ן הארץ און אנדערע ארגאנען. וועט א גרופע עקספערטן מיר געבן א נייעם מוח. (באקומען פון אן אנאנימען ארגאן-ביישטייערער -- א צדיק פון א מענטש!) וועל איך דעמאלט זיין "איך", אדער וועל "איך" דעמאלט זיין יענער, פון וועמען דער מוח שטאמט?

לאמיר עס נעמען א שטאפל ווייטער. לאמיר זאגן אז די טעכנאלאגיע וועט דעמאלט זיין אזוי סאפיסטיקירט, אז זי וועט געבן א מעגליכקייט אז דעם גאנצער תוכן פון מיין מוח -- מיינע געפילן, פרעפערענצן, זכרונות, נטיות, הכל בכל מכל -- זאל ווערן אראפגענומען אויף א הארד דרייוו, און שפעטער, ווען דער נייער מוח ווערט אריינגעשטעלט אין מיין קאפ, וועט דאס גאנצע פעקל אינפארמאציע אריינגעפיטערט ווערן אינעם נייעם מוח. ווער וועל איך זיין דעמאלט: וועל איך זיין מיין "נייער" מוח? דער אלט-נייער תוכן פון מיינע ביידע מוחות?

און ווער וועל איך זיין דורכאויס די 12 שטונדן וואס די אפעראציע וועט געדויערן? דער מוח וועט זיך דעמאלט געפינען אין א ספעציעלער מאשין אין דעם צימער אין וועלכן איך וועל ליגן בשעת דער אפעראציע. וועל "איך" דעמאלט זיין אין דער מאשין? אין ערגעץ נישט? ערגעץ אינדערצווישן?

און אז מיר פאנטאזירן שוין יא אזוי באלעבאטיש, פארוואס זיך דא אפשטעלן? לאמיר זיך אויס'משל'ן אז דורכאויס דער אפעראציע איז מיין קערפער צוגעטשעפעט צו דער מאשין וואו מיין מוח ליגט יעצט. עס ציען זיך דראטן פון דער מאשין ביז מיין קאפ, און איך קען אזוי ארום ווייטער פונקציאנירן -- ענליך צום אופן ווי מען טוט עס ביי א הארץ אפעראציע, אז דער מענטש ווערט דורכאויס דער אפעראציע דערהאלטן ביים לעבן מיט א מאשין וואס ערפילט די ראלע פונעם הארץ. וואו און ווער וועל איך דעמאלט זיין: קערפער אדער מוח שבתוך מאשין?

און אויב וועל איך זיך אויפוועקן אינמיטן דער אפעראציע (די היינטצייטיגע איינשלעף-מעדיצינען זענען ווערט א רעטעך! אין 2013 וואלט אזוינס קיינמאל נישט געשען.) און א קוק געבן אויפ'ן מוח אין דער מאשין. וועט עס זיין מיין קערפער קוקן אויף מיר? איך אויף זיך אליין? א שותפות'דיגע קוקעריי אין וועלכן איך/יענץ נעמען ביידע א גלייכן חלק?

לכאורה בין איך נישט דער מוח. פונקט ווי מיט'ן קערפער, איז דער מוח "מיין" מוח. מיין מוח איז מיר טייער און וויכטיג ביז גאר. איך קען אים אבער נישט געבן דעם טיטל, "איך".

פונעם פריערדיגן חשבון קענען מיר אויך קומען צו דער מסקנא אז איך בין נישט מיינע זכרונות, געפילן און נטיות. זכרונות קענען מיר פארמעקן און פארגעסן, געפילן קען מען קאנטראלירן, און נטיות לאזן זיך בייטן. אויב זיי זענען בייגעוודיג און נישט אבסעלוט, קענען זיי דאך נישט זיין איך -- ווייל איך בלייב דאך עקזיסטירן אפילו די זכרונות ווערן נעלם און די נטיות, געביטן אויף אנדערע.

כ'האב א גוף, א מוח, נטיות, זכרונות, פרעפערענצן, אייגנשאפטן א באנק-קאנטע און חובות, א שול וואו איך דאווען, א חסידות צו וועלכן איך באלאנג. דאס זענען אבער אלעס "מיינס", זאכן וואס באלאנגען צו מיר, וואס זענען טייל פון מיין וועזן. ווער איז אבער דער "איך", צו וועמען דאס אלעס באלאנגט?

פארשטייט איר מיר, מיינע ליבע פריינט. איך וויל זיך באמת פאר אייך פארשטעלן, אבער איך קען נישט! וואס זאל איך טאן? זייט נישט ברוגז און גיט מיר דעם "עליכם שלום", אפילו מיר בלייבן פרעמדע. איר זעט דאך אז איך וויל, כ'האב פרובירט. וואס זאל איך טאן אז עס גייט נישט...
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 87 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר