קענסטמעך קראסן?....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

קענסטמעך קראסן?....

שליחה דורך ראשעקאל »

די באקאנטע ווערטער "קענסטמעך קראסן" איז צו מיר היינט געזאגט געווארן פיר מאהל. א חידוש!! געווענליך געשעהט עס נישט מער ווי איין מאל א טאג, און נישט מער ווי צוויי מאהל א וואך. אבער היינט האבן פיר זיסע קינדערלעך מיך אפגעשטעלט ביי די קארנער פון די גאס, און מיט זייערע זיסע קעילעכלעך אויסגערופן הויך און קלאר, "קענסטמעך קראסן?".

יעצט, איך וווייס נישט וואס די מעשה איז ביי דיר. אבער ווען א קינד בעט מיך צו קראסן שטארבט די גאנצע וועלט. איך האב ביי מיר נאר איין איינציגע מיסיע - מ'דארף קראסען דעם יונגעלע. איז די אלע פיר מאהל האב איך געדארפט אראפלייגן פעק און זעק, אנכאפן דעם יונגעלע ביי די האנט. און אריבערגעפירט די גאס. ס'א גאנצע עבודה.

ווייל איך געדענק נאך די נדר וואס איך האב געמאכט ווען איך בין געוועהן א קליין יונגעלע. געשטאנען בין איך שעמעדיג ביי די קארנער און געבעטן איין טאטע נאך די אנדערע "פליז קענסטמעך קראסען", און אסאך מאל האט זיך געמאכט אז גרויסע טאטע'ס וואס זייערע געפילן דארפן שוין לכאורה זיין אנטוויקעלט, האבן מיך פשוט און פראסט איגנארירט!! איך קליין יונגעלע האב געציטערט פאר קעלט, און געציטערט פאר די רבי'ס לאנגע שטעקן וואס וועט צערייסן מיין זיץ פלייש פאר'ן קומען שפעט, און אט די גרויסע טאטע קען עס נישט פארשטיין. ער וואקט מיך דורך ווי גארנישט וואלט פאסירט!!

האב איך מיך צוגעזאגט דעמאלטס, ווען איך וועל זיין א טאטע וועט נישט זיין אזא זאך נישט צו קראסען א יונגעל. נישט קיין חילוק ווי שטארק איך יאג מיך, נישט קיין חילוק ווי שווער מיינע פעקלעך זענען, נישט קיין חילוק ווי אנגעטראפעצט איך בין. איך גיי קראסען יעדע יונגעל. יעדע מיידעל. נישט קיין חילוק ווער. יעדער. נישט קיין חילוק ווען. אייביג.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר