איך האב נישט קיין צייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

איך האב נישט קיין צייט

שליחה דורך ממי_שאמרו »

לכבוד מיינע חשובע און לעכטיגע (ר שלמה וואלט זיך געזאגט הייליגע) ברודער כל אחד בשמו הטוב יבורך.

עס איז דא א מורא׳דיגע פראבלעם וואס עס באדערט מיין איך פאר אלע שרייבער און ליינער דא. ווען א ניק הייבט דאס אן צו ענטפערן; איך האב נישט קיין צייט יעצט צו מסביר זיין.

אויב דו האסט נישט קיין צייט, וואס שרייבסטו בכלל?
פארוואס דארפסטו אונז סתם נייגעריג מאכן על לא עוון בכפי?
בשלמא ווען דו קימסט צוריק ווען דו האסט יא צייט, און ביסט מסביר דיינע ווערטער, החרשתי. אבער ווען 90 פראצענט לאזן עס אזוי ווי עס איז, דאס איז פשוט א הימל געשריי.
שוין אפגערעדט אז בשעת מעשה פירט ער א לענגערע ויכוח און שמועס אין אנדערע פארומ׳ס דא אינעם שטיבל.


שרייב; איך האב נישט וואס צו ענטפערן.
שרייב; האסט מיר גוט אפגעפרעגט.
שרייב; איך האב נישט גארנישט וואס צוצולייגן, לאמיר איינרעדן דעם עולם אז איך ווייס עפעס גאר געהיימע זאכן און זאלן זיי פלאצן אז איך פארצייל נישט.

אנטשטאט דעם שרייבסטו; איך האב נישט קיין צייט. קאט די קרעפ.

סארי איך האב געוואלט שרייבן לענגער, אבער איך האב נישט קיין צייט יעצט, וד״ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממי_שאמרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר