למה נגרע? (ללמד את בנו אומנות)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

למה נגרע? (ללמד את בנו אומנות)

שליחה דורך ממי_שאמרו »

למה נגרע??

איך וויל שרייבן א בריוו צו אלע רבנים ואנשי ביתם וועלכע דרייען זיך דא אינעם שטיבל:

לכבוד כ"ק אדמו"ר שליט"א

איך ווייס אז עס פאסט נישט, איך ווייס אז מ'טאר נישט. אבער ההכרח לא יגונה, ועת לעשות לה' הפרו תורתך.

כלל ישראל האט היינט טויזענטער און טויזענטער בחורים אין אלע ישיבות ווי מ'לערנט פלייסיג, איינער מער און איינער ווייניגער. בחורים ווייסן נישט פון גארנישט חוץ אביי מיט רבא, די מיט בעסערע כשרונות פארשטיין שוין א חילוק אין א קצות. בחורים לערנען שעות אויף שעות די הייליגע תורה. וטוב שכך.

אבער אליה וקוץ בה. ווער איז מער באגלייבט ווי אונזערע הייליגע חכמים וואס שרייבן אלף נכנסים, אבער נאר איינער קומט ארויס. עס איז א מציאות, פון אלע וואס האבן געלערנט מיט מיר אין ישיבה, וויפיל זענען היינט צוטאג א כלי קודש (און נישט פון פראטעקציע)? זייער ווייניג.

אודאי דארף א בחור לערנען און אויסנוצן זיין ימי הבחרות צו שטייגן וואס מער, און אודאי קען מען נישט וויסן וואס עס גייט אויפוואקסן ווער. און אפילו אויב וואקסט ער נישט אויס דער מר בר רב אשי, די תורה וואס ער האט געלערנט אינגערהייט וועט אים זיכער באגלייטן זיין גאנץ לעבן.

אבער איר, אלס א מנהיג בישראל, דארף טראכטן א טריט ווייטער. וואס גייען די אלע בחורים טוען נאך די חתונה ווען זיי גייען האבן א שטוב מיט קינדער בעזרת השם?? פארוואס זאלן זיי דעמאלס גיין זיך לערנען א אומנות? און וויפיל גייען שוין דען צו די אלע קורסעס? פארוואס זאלן זיי דארפן גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער?

חז"ל זאגן זייער שארף אויף א טאטע וואס לערנט נישט אויס קיין אומנות פאר זיין קינד. אן אומנות וואס ער קען מאכן פרנסה בכבוד. ווייל אויב נישט, זאגן חז"ל, מעלה עליו הכתוב כאילו מלמדו ליסטות, צו זיין א גנב און א רויבער. חז"ל האט אויך געוואוסט דאס חשיבות פון לערנען, אבער זיי האבן א געטראכט א מינוט ווייטער.

צאי לך בעקבי הצאן, האטס רחמנות אויף די קומענדיגע דורות. היסטאריע האט באוויזן אז אלע גרויסע מאפיאנערן, רובם ככולם האבן געשטאמט פון פלעצער וואו מ'האט זיי נישט געגעבן קיין שאנס זיך צו לערנען א נארמאלע פאך. די גרויסע שאנסן אז די גרעסטע מאפיאנערן גייען קומען פון אונזער היימישן חדר.

פארוואס זאלן נישט די ישיבות אויס לערנען א פאך פאר די בחורים, פון אקאונטינג ביז פלאמבינג און אלעס וואס עס איז אינדערמיט?

און יא, ענקערע קינדער זאלן זיך אויך משתתף זיין אין די שיעורים. פארוואס נישט? זיי דארפן נישט ברענגען פרנסה בכבוד בבוא הזמן? לערן אים אויס צו זיין א טוען לכל הפחות. אסאך וואוילע אידן און ערליכע אידן האבן געארבעט. און אויב זיי האבן עס געמיינט ערנסט, האט עס נישט געשאדט קיין משהו צו זייער יראת שמים.

איך גיי חותם זיין מעין הפתיחה. איך ווייס אפשר אז עס פאסט נישט. אלס א מנהיג בכלל ישראל ליגט אויף אייך א פליכט צו ראטעווען אונזערע (און אייער) דורות.

כה דברי אב מיצר ודואג,
ממי שאמרו
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר