הענדיקעפט פארקינג VS ריינע גאסן = גלגל החוזר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
רבות מחשבות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:04 am
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הענדיקעפט פארקינג VS ריינע גאסן = גלגל החוזר

שליחה דורך רבות מחשבות »

אין ניו יארק סיטי, איז פארמאגן א קאר פארבינדן מיט פארשידענע פראבלעמען. איינע פון די פראבלעמען איז פארקינג. די פארקינג פראבלעם ווערט שווערער ווען עס קומט צו דער אישו פון אלטערנעט סייד פארקינג, אז מען מוז רוקן די קאר פון איין זייט גאס, כדי דער קלינינג טראק זאל קענען דורכפארן און רייניגן די גאס.

לאמיר נישט יעצט אריינגיין צו די קלינינג טראק טוט יא אויף צו נישט, צו עס רוקט בלויז שמוץ פון איין זייט גאס צום צווייטן, לאמיר לאזן דעם עלנדן דרייווער פונעם טרעקל זיצן הויך אין זיין זיץ, מיטן אייפאד עירפאון אין איין אויער, טוענדיג דעם מאנאטאנישן פליכט וואס ער טוט טאג איין טאג אויס, בעת וואס מיר וועלן בארירן א זייטיגע נקודה. [האט איינער שוין אמאל אריינגעטראכט ווי באורינג אזא דזשאב איז?, זיצט אליינס אין טראק, קיין שום סאציאלע פארבינדונג מיט אנדערע במשך די ארבייט שעות, טוט גארנישט חוץ פארן ארויף און אראפ גאסן]

וויליאמסבורג האט ווי באקאנט, א גרעסערע פראבלעם מיטן אלטערנעט סייד פארקינג פראבלעם. דהיינו, צוויי מאל א וואך איז פארבאטן צו פארקן אויף יעדע זייט פאר א שעה-א-האלב, סך הכל פיר מאל א וואך וואס מען איז פארנומען מיטן רוקן די קאר. בעת וואס רוב געגענטער באגניגען זיך מיט צוויי מאל א וואך, און גאר ריינע געגענטער איז אפילו גענוג איין מאל א וואך.

וואס האט מיר געמאכט טראכטן, איז א נייעסל וואס איז געווען באריכטעד אין "נייעס באריכט" איבער א קאמיוניטי באורד מיטינג אין וויליאמסבורג איבער דעם פראבלעם. די פארשטייער פון די געגענט, מיט די קאמיוניטי לידערס, מיט די סעניטעישאן דעפארטמענט, האבן זיך צונויפגעזעצט מטכס עצה זיין איבערן פראבלעם.

די פארשטייער האבן פארלאנגט צוויי זאכן, איינס, אז מען זאל שניידן די טעג וואס מען רייניגט די גאסן פון פיר טעג אויף צוויי טעג. צווייטנס, אז מען זאל ערלויבן – ווי אין פילע אנדערע געגנטער – צו דאבל פארקן די קארס, בשעת די אלטערנעט סייד פארקינג. וואס צוליב דעם וואס אין וויליאמסבורג איז דאס נישט ערלויבט, איז די אלטערנעט סייד פארקינג פראבלעם, פילפאכיג שווערער, און פארקינג איז ממש א יקר המציאות יענע שעות.

די סעניטעישאן דעפארטמענט, האט אפגעווארפן די פארלאנג צו שניידן די קלינינג טעג, צוליב דעם וואס אלע רעפארטס קומען צוריק אז די גאסן זענען נישט גענוג ריין, און די גאסן באקומען נישט גענוג א הויכע ריינקייט סקאור, וואס זאל ערלויבן צו שניידן די קלינינג טעג.

די פארשטייער האבן אנגעוויזן, אז די סיבה פארוואס די גאסן ווערן נישט געהעריג ריין, איז צוליב דעם גרויסן צאל פון הענדיקעפד פארקינג פערמיטס וואס עס איז דא אין וויליאמסבורג, וואס מיט אזא פערמיט, מוז מען נישט רוקן דעם קאר. ממילא אויב די קאר בלייבט דארט, קען די טראק נישט דארט פארן, און די שמוץ בלייבט אנגעלייגט.

לאמיר לאזן די פארשטייער פון די קאמיוניטי אויפקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם, כי לכך נבחרתם.

דא איז אבער דא א שטיקל גלגל החוזר. היות די פארקינג איז גאר שווער, איז נישט פארהאן קיין ברירה זיך גרינגער צו מאכן, חוץ אויב מען האנדלט זיך איין א הענדיקעפט פארקינג פערמיט, יעצט אויב ראובן האט א פארקינג פערמיט, דארף דאס שמעון אויך האבן, אויב ראובן און שמעון האבן עס, רוקן זיי נישט די קאר, אויב רוקט מען נישט די קאר, קען די טראק נישט דורכפארן, אויב די טראק קען נישט דורכפארן, קען די גאס נישט ווערן ריין, אויב די גאס ווערט נישט ריין, קען מען נישט שניידן די טעג וואס מען רייניגט, אויב שניידט מען נישט די שעות וואס מען רייניגט, בלייבט די פראבלעם פון פארקינג, בלייבט נישט קיין אויסוועג, נאר זיך איינהאנדלן א הענדיקעפט פערמיט, וואס די תוצאה פון אזא פערמיט וועט זיין אז מען רוקט נישט די קאר, קען די טראק נישט דורכפארן, ווערט נישט גאס ריין, קען מען נישט שניידן די טעג, וכו' וכו' וכו'.

כגלגל החוזר.....

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר