די טראומא פון פארלירן גוטע אינשורענס אגענט פריינט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

די טראומא פון פארלירן גוטע אינשורענס אגענט פריינט

שליחה דורך ראשעקאל »

מ'קען שיין פארדינען פון מצליח זיין אין אינשורענס, אבער מ'נעמט א ריסק פון פארלירען אסאך גוטע פריינט. די פאלגענדע האב איך באקומען אין אימעיל:

היינט ליידער געהאט א שרעקליכע איבערלעבעניש ווען איך האב ליידער פארלוירן גאר א נאהנטן פריינט מיט וועמען איך האב אסאך שעות פארברענגט.

די מעשה איז אנדערש ווי איהר שטעלט אייך פאהר, הערט א מעשה:
איך האב שוין געראדע מיט דעם פריינט נישט גערעדט פאר א היבשע וויילע, צוליב דעם וואס ער האט אוועקגעמופט פון מיין נעיבערהוד און מיר טרעפן זיך שוין נישט אזוי אפט, אבער היינט זיכענדיג א קאנטאקט אין מיין פאון האבעך זיך אומוועלענדיג אנגעשטאלפערט אין זיין נאמען, האבעך געקלערט לאמער אים א רוף טאהן זאגן אגוטן, רוף איך אים אן און דער פאון קאל גייט צו ווי פאלגענד:

שלמה: האלוי?
בערל (בקול רם עקסייטעד): יא שלמה שלום עליכם, איט'ס בין עי לאנג טיים, וואס מאכסטע?
שלמה: פיין פיין ב"ה, וואס הערצעך ביי דיר, כ'האמעך פערצופאל באגעגנט מיט דיין נאמען אין מיין קאנטאקט ליסטע האבעך געקלערט כ'העדער רופן זאגן אז כ'לעב נאך.
בערל: אהא, ווערי נייס, וואס טוסטו היינט צוטאג ביסט נאך דארטן וואו דו האסט געארבעט פאראיאהר?
שלמה: יעפס! און דו?
בערל: איך האב אנגעהויבן לעצטנס א נייע דזשאב, און איך וויל טאקע רעדן מיט דיר.
שלמה (טראכט): אוי ס'ווערט מיר גוט, זאגמיר נישט אז ער איז אריין אין לייף אינשורענס.
שלמה (זאגט): אה, דעט'ס נייס טו היר, גאו עהעיד.
בערל: איך בין לעצטנס געווארן א לייף אינשורענס אגענט, און איך וויל טאקע זאלסט מיר זאגן ווען אונז קעמער זעך אראפזעצן פאר פינעף-צעהן מינוט.
שלמה (נאכן אריינציען דעם אטעם): עםםםם.. לאמער א טשעק טאן אינעם קאלענדער… פאם פאם פאם טארארארירי… ווייסטע וואס, געמער אזא רוף נעקסטע וואך זונטאג, קען זיין כ'העל קענען מאכן עפעס צייט זיך צו טרעפן, גוט?
בערל (מיט גרויס האפפענונג): אקעי טאלק טו יו דען.

אצינד רבותי ווייסט איר שוין די איבריגע (נישט פרייליכע) חלק פון די מעשה, און איך טוה דא באוויינען ברבים דעם פארלוסט פון א גוטן פריינט, וועלכע איז געראדע שוין די צווייטע פריינט וואס איך האב פארלוירן אין דעם זעלבן חודש און פאר כמעט די זעלבע סיבה… (דער אנדערער חבר איז געווארן א עיג'ענט פאר די ארגענעזעישאן 'לייף') י

און איך האף צום אויבערשטן מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די - און מיר זאלן זוכה זיין ניצול צו ווערן מכל פגעים רעים ומרעין בישין, ושנראה כ"א מעלת חבירנו ולא חסרונם, אמן.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר