
פורסם:
זונטאג מערץ 17, 2013 9:04 pm
דורך איך אויך
וואס הייסט ווי איר פארשטייט? איר האט גערעדט צו עם אדער איך?
אמאל מוז מען צוקומן צו בדחן'ס מהלך, ווילסט שמירן פוטער אויף דיין מצה געזונטערהייט אבער לאז אפ דעם ברך משה און דרייט נישט קיין קאפ לגבי געבראקטס, עס איז געבראקטס למהדרין. ויאכלו הבראקערס וישבעו.

פורסם:
זונטאג מערץ 17, 2013 9:09 pm
דורך ברסלבער
איך האב זיך באצויגן צו די ווערטער וואס דו האסט געשריבן בשם דעם משגיח, אויב דו האסט געשריבן די ווערטער וואס דער משגיח האט געזאגט כלשונו, קען זיין דער פשט אזוי איך האב געשריבן, אויב האט ער געזאגט נאך זאכן, ביטע לייג עס צו.

פורסם:
זונטאג מערץ 17, 2013 9:54 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ר' שמחה האט געשריבן:ממי_שאמרו האט געשריבן:ווי די מאנטריאלע רב האט זייער גוט ארויסגעברענגט ביי די לויה אז די רבי בעל ברך משה האט קיינמאל נישט געגעסן קיין טונא, ווייל ער האט דאס נישט געזעהן אינדערהיים.
ער האט געזאגט פיצא נישט טונא.
ביי די לויה האט ער נישט געזאגט וועלכע מאכל, ער האט בלויז געזאגט א מאכל וואס רבים וטובים עסן.
ווער עס פרעגט אים ענטפערט ער אז ער האט גערעדט פון טונא.