בלאט 3 פון 3

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:37 am
דורך נייגעריגער
אין רעספאנס צו דעם אשכול האט יוסי געשטעטנער ארויסגעשיקט דער פאלגענדע מעסעדזש אויף זיין טוויטער אקאונט - YossiGestetner@:
איינער האט מיר געשיקט א לינק ווי אין קאווע שטיבל זענען דא מאנכא וואס האלטן אז מען דארף צוגיין צו אסעוועדאו די זעלבע וועג ווי וועבערמאן.
ניין, א מענטש מיט א לאנגע קרימינאלע רעקארד איז ווייט נישט די זעלבע ווי א מענטש מיט ביז דאן א ריינע רעקארד, און דריי שלעסער אויף א צימער איז ווייט פון א באווייז אויף שולד ווי איינער וואס איז געזעצן אינעם קאר, 60 מייל א שעה. שוטים, פארגלייכטס אסעוועדא צו לוי אראן. ריכטיגע טיפשות
לויט די תורה קען א שור זיין א מיעוד. דהיינו איינער מיט א שלעכטע רכקארד איז מער מוחזק אלס א חייב און קען צאלן א פרייז דערפאר. ניין א יונגערמאן וואס קלאפט אראפ א פרוי ווען ער בעקט נארמאל איז נישט די זעלבע ווי אן אסעוועדא מיט א שלעטכע רעקארד וועלכע הרגט בעתן פליען דאבל דעם לימיט.
אבער איך בין איינשטומיג מיט די מהלך אז אידן זאלן נישט דרוקן די געזעץ קנעפליך קעגן אסעוועדא. זאל די סיסטעם טון ווי זי פארשטייט ואכמל ודוק...

איך נעם נישט קיין שטעלונג לכאן או לכאן, כ'האב פשוט אראפגעברענגט ככתבו וכלשונו.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 11, 2013 11:01 am
דורך געפילטע פיש
זעט אויס ער האט נישט באקומען די ודו"ק קול קורא.

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 11, 2013 11:10 am
דורך קופערניקוס
עס איז צייט אז כלל ישראל פארטרעטער זאל זיך אויסלערנען די אידישע שפראך, אביסל אויסלייג, אביסל שפראך וכו' ואכמ"ל ודו"ק. אפשר נאכדעם זאל ער לערנען די שפת המדינה

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:25 pm
דורך למדן
אויב איז אמת וואס ער זאגט איז די אויסלייג נישט די פראבלעם נאר ס' א נארישקייט צו פארגלייכן איהם צו לוי אראן ווייל ס' נעמט אוועק די הארבקייט פון פונקט ווי די וואס פארגלייכן אלעס צו די צווייטע וועלט קריג