א סדר ביי חסיד'ישע יודן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1315 מאל

א סדר ביי חסיד'ישע יודן

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

חסידים לעבן נישט מיט א סדר, טאקע אזוי ?

אבי מ'רעדט, אבי מ'האט אויסגעטראכט, נישט דא אזא מסודר'דיגע פאלק ווי חסידים, אלעס האט איר רוטין זעלטען מוסטערהאפטיג, פלא והפלא, אלע גייען הכנות פונקט צו די צייט, צען מינוט פאר סוף זמן תפלה ביז א הלבע שעה נאכדעם, אלע פוצן די שיך 12 מינוט נאכן זמן הדלקה, (ווי דער לוח האט דאס געוויסט אזוי פונקליך אנצושטעלן ? גיי ווייס), שבת אינדערפרי אלע בעה"ב קומען אן צו ר' ישמאל, חסידים מיט געקרייזעלטע צו הטכס והטוהר, חסידים מיט צולאשעטע אדער כמו חצי קאלטענעס צו עד הנה, ווי אפגעשמוסט, און ביי שבח זענען שוין אלע סידורים אויפן זעלבע פאזיציע, קאמפסגרייט, ביי לקל ברוך א ציפ פארן יניק וחכים, והאר עיננו נאך א ציפ, די דריטע ערגעץ אינמיטן שמוסען אדער פאר מודים דרבנן אדער ביי שלישי.

נעמט אפיר למשל א חתונה, וויפיל מאל ווינשט מען מזל טוב פארן מחותן ביי א חתונה ? אלעס מיט א סדר, איינס ווען מען שמעקט אריין אין זאל, די צווייטע, מ'זעצט זיך אוועק צו א לעק געלע מים שרף איז עודך מזל טוב, סרוחים תהיה, מ'באזעצט זיך נאכאמאל מ'פרעגט אלע דריי שכנים וו'טוט'צך? ש'לאנג נישט געזען, פרנסה ? , (אין וויליאמס פרעגט אויך בד"כ שלום בית ?) מ'הייבט זיך ווידער אויף, כלומר'שט וועגען א מנין, און יעצט קומט דער מחותן אפנעמען......... יא, מזל טוב, דערנאך קומט דער חופה, נאכן חתן דנן'ס דריטן שטויס אויפן פאר'עקשן'טן גלאז, א טויט קלאפ און ווידער אמאל מזל טוב פארן מחותן, ביי די סעודה, א הלבע שעה בלעקבערי ברעיק, דערנאך ברענגען די גוים אריין די פלייש און ערגעץ ציווישן חליפתי הינדעל און מעיש פאטעיטא נאך פון יכול מר"ח, ווייטער מזל טוב לויטן סדר, איך מז"ט די מחותן, די מחותן מז"ט איך, השם לפורקנך סברית, ביי מצוה טאנץ נאכן צווייטן שלאף, פאר מיין מצ"ט, איך מז"ט מחותן, פארן מחותן'ס מצ"ט, מחותן מז"ט איך, ( דא גייט ביי די רבי'שע, אויך איך מז"ט מחותן, אבער זולת זה אלעס כרגיל) סוף חתונה קומט אשת חיל אויפן ידיד נפש--קל מסתתר מעלאדיא פון שלש סעודות און ביי זממה שדה הייבט זיך אן מזל טוב'ן מיט א פרישקייט, דא שוין מיט א קוועטש אין האנט, און באותו מעמד שמוסט מען אפ די שבע ברכות פאר מארגען זיך צו מזל טובלן אי"ה.
מסתמא שוין יעדער געטאנצט אויף אסאך חתונות, בעל בית'ישע, בעה"ב מיט סינטעטיש רבי'שע, pure רבי'שע, נגיד'ישע, בעלי חובות (שוין דערמאנט), ספרדים, בעלי תשובות, גרים ותושבים, און אלע האלטן זיך צום זעלבן סדר מיטן גרעסטן אומ'חשק, כאילו כפאו אשמדאי אליינס, לפחות ניין מאל מזל טוב, והמוסיף מוסיפין לו.


וויפל לבנה'ס הא'מיר שוין באזינגען מיט א טובים מאורות טאנץ זינט אונזערע שיפן זענען סטאק געבליבען אין עליס איילענד ? שווערע הונדרעטער זיכער, און אלע בדויק אין די זעלבע לענג, א ניגון עפעס געבארגט, שלא על מנת להחזיר, פונעם מצווה טאנץ פון די עלטער פעטער אינעם ווילטשעיר, מ'דרייט זיך •360 אנדערהאלבן מאל עס נעמט פונטקליך 53 סקונדעס בחול, מוצאי שבת לכבוד המלכה איז מען מוסיף נאך 11, ס"ה 1 דקה 4 שניות מיט 0 חלקים, לא פחות ולא יותר, אלעס אזוי מיט א צייטליך אויסגערעכנטע דייקנות ווי א זייגער, ווען מענדלע מוכר ספרים לעבט היינט, וואלט ער זיכער שוין געווען א חסיד.

האט שוין ווער אמאל געליינט א תולדות המחבר באשרייבונג פון די געטרייע אייניקעל אויפן אומפארגעסליכן זיידען ? נישטא קיין דיסקרימענאציע, לא ניכר שיכור לפני דל, אלע זיידעס די זעלבע גדלות, די פרקים לויפן אויפן זעלבן סדר, פרק א' מראש צורים, פרק ב' במעלליו יתחכם נער, ג' בוצין בוצין מקטפיה ידיען, בן שלש עשרה למצוות, הוי גולה למקום תורה, רבותיו, פרק האיש מקדש, (אויב די אלמנה לעבט נאך קומט שפעטער צום סוף, נאך אשכבתיה דרבי, א פרק אשת חיל מי ימצא, טאמער נאר א זיווג שני הייסט עס נשים במאי קא זכיין), שלשה עמודי עולם און דעראונטער 3 סאב פרקים, תורה, עבודה, גמ"ח, וכו' וכו' וכו' ביז למען אשר יצוה, ויהי בנסוע הארון, הניח בן כמותו, וכו' וכו' אלע אין זעלבן רוטין.

און אזוי גייט עס מיט ערב פסח מצות, כפרות שלאגן, הושענות שמייסען, פאלען כורעים, שלושים סעודות, וכו' וכו' דוק וטישטוך.

ובכן איז ווי דארף נאך יא א תיקון ? כ'מיין אין ערגעץ נישט, טאמער יא, אדרבה, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט, בפרט ביי חסיד'ישע יודן.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר