פסח קווענקעלנישען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

פסח קווענקעלנישען

שליחה דורך קאווע טרינקער »

צוליב קדושת המועד בין איך מקצר.

מ'שטיימער סך הכל נאר עטליכע טעג זינט דער ליל התקדש חג. הלל וועפט שוין. אבער פסח הויערט שוין פאר עטליכע וואכן. פסח, דער יום טוב וואס OCD ליידענדע זענען גאר די חשובע און אויפגעקוקטע. ווען חששות אז ברעקלעך באקומען פיסלעך און קריכען אריין באופן פלא אין פארמאכטע קלאזעסט ווען נישט די דרייפאכיג-דיק פאפיר געמאכט פון זילבער האלט זיי צוריק, איז דער נארם. און די גלאכגילטיקייט פון דער מסדר המשנה, רבינו הקדוש דער ערשטער, וואס ביז אור לארבעה עשר מאכט ער זיך נישט וויסענדיג פון דעם שאפינג און דיסקאונט סעזאן, ווערט שווערער פון יאר צו יאר. א פלא פון א זאך, אנשטאט יציאת מצרים, וואס ספרים דרש'נען ס'איז א צייט ארויסצוגיין פון די גרעניצען, זיך אויסשפרייטען די פוס און ארויסשלעפן די הענט פון די קייטלן, איז דאס געווארן א יו"ט וואס מ'איז אפציעל מוסיף סייגים און גדרים, אקוראט ווי אין עגיפטן וואו לא יהין איש את רגלו אן רשות פון דעם דריי טפחים'דיגע פרעה.

חול המועד. וואס ביסטו? חול? דאן זאלן די קינדער גיין אין חדר, טאטעס אויף די טראקס און מאמעס אין די אפיסעס. מועד? דאן פארוואס נישט אהיימקומען פון בית המדרש איינסע צווייע, אפשר אפילו דרייע – זי דארף דאך נישט ווארטן אויף מיין קידוש צו קענען עסן פאלטשע פיש? די אויסגעדראשענע שיעורים אין בית המדרש, דורך מגידים וואס די גבאים "מוזן" פשוט מכבד זיין מידי שנה בשנה (ווייל ער קומט צום טיש, און האלט זיך "נאנט") שטיפן מיך ארויס פון שול, אריין אין פאליש אריין, אריין אין די ענני והבל רוח פון די רויכערער. – דערנאך איז דא אנדערע שיעורים, יעדעס יאר די זעלבע מעשה, וויפיל איז א כזית? רבש"ע. ווייל 200 יאר צוריק זענען זיי קלענער געווארן מיינט דאס אז זיי ווערען קלענער פון יאר צו יאר? ס'איז שוין צייט צוצולייגען א 5'טע: מה נשתנה כרפס ממצה? דער פחות מכזית איז כקאצקע צוקער, און ביי מוציא מצה זענען זיי רמונים.

און אז דער חאלעמויד ס'איז שוין יא אזא לא-יום-ולא-לילה און מ'ערלויבט זיך צו באזוכן די מקומות אינדערויסען פון עירוב, פאל איך אריין אין א קלעם. אלץ קינד פלעג איך זיך וואונדערן און טראכטן צו זיך, פארוואס מאכן די שלעכטע גוים אזעלכע גרויסע מיוזיאַמס פאר די פרייע טעג, וואס קוים אויף א האנט קען מען זיין ציילען. גיי זיי מסביר אז משה רבינו'ס עצה פון "איין טאג מנוחה" האבן די ערלים אויסגעכאפט און פארלענגערט פאר צוויי. אזוי אז וואך איין וואך אויס גייען זיי ארויס, צו עסען און צו שפאצירן, צו שמועסן און צו הערן, צו געבן א גוד-טיים פאר זייערע קינדער.

ווען רעדט נאך פון די איבערגעפילטע כרס אגעשטאפט מיט אמונה, ס'וואלט געפאסט מ'זאל צולייגן אויף פסח א לענגערע אשר-יצר, ואכמ"ל.

און ווען ס'קומט ליל אחרון של פסח, די גאנצע אמונה ווערט מיר שוואך. איז "געבראקס" חמץ אדער נישט. איז א "דרבנן" שוואכער, ס'איז פלעקסעביל אדער נישט? פארוואס מישט מען זיך נישט? יענעמ'ס שוקלאד איז חמץ? דאן וויאזוי מעג מען דאס עסן אין פסח? יו"ט שני של גליות איז א דזשאוק? קען מיך דאס איינער מסביר זיין?

דער תירוץ אז בכוח קדושת חז"ל ווערט מען נישט נכשל אין זייער'ס א טאג (משא"כ ימים הראשונים שאינו מכוח "כבוד קדושת" אלא מהקב"ה בעצמו) איז כילעריאַס. ווייל לפי זה וואלט דאך קיין נברא נישט געקענט נכשל ווערן מיט נשג"ז?

איך פרעג נישט, איך זאג נאר.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר