געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבער

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'שטעל זיך פאר, אז פונקט ווי איך וואלט געוואלט וואלטן אנדערע אויך געוואלט א וועכענטליכע בלעטל וואס נעמט צוזאם די וועכענטליכע נייעס אין פאליטישע און אזוי אויך אנדערע געשעענישען אין די וועלט, אין א קליינע און באקוועמען פארמאט אן א בארג מיט עדווערטייזמענטס און אן לאנגע ארטיקלען וואס דרייען סתם א קאפ, וואס זאל ערשיינען וועכענטליך פרייטיג אין פי. די. עף. פארמאט אין מען זאל עס קענען ארויס פרינטען און האבן צו ליינען אויף שבת.

און אזוי ווי דא אין קאווע שטיבעל זענען ב"ה דא א שיינע צאל פון טאלאנטפולע שרייבער און יעדער מיט א אינטערעסע אין זיין תחום, וואלט אפשר געווען א גוטע עצה אז דורך א גוטע צוזאמען ארבייט זאל מען גרינגערהייט קענען צוזאמען שטעלן אזא וועכענטליכע בלעטעל,

למשל איינער וועט וועכענטליך שרייבן וועגן אמעריקאנע פאליטיק, א צווייטער: פין מיטל מזרח נייעס אין א דריטער: היימישע נייעסן, א פערטער: טעכנאלאגישע נייעס, אין אזוי ווייטער יעדער אין זיין תחום וואס ער האט ליב, אין אזוי אויך נישט קיין סטעדי שרייבער וועלען קענען שרייבן גאסט ארטיקלען און עס אריינשיקן, און אזוי אויך בריוון צו דער רעדאקציע,

נאכדעם וועט זיין איינער וואס טויג דערצו וועט עס שיין רעדאקטירן אין אויסשטעלען אין ארויף לייגען אויף א PDF (ערשט אויף צו אנהייבן וועל איך עס טוהן ביז ס'וועט זיין איינער וואס וועט עס איבערנעמען) און מען וועט עס קענען דאונלאודען לכבוד שבת,

און ס'קען זיין נאך א שלל פון אינטערעסאנטע נושאים וואס קענען באשריבן ווערן, אבער דאס איז דער געדאנק, כ'האף אז ס'קען זיך עפעס אויסארבעטן דערפון, מען בעט דער עולם זאל זיך ווארים אנרופן און נעמען א רובריק אין דעם נייעם "וועכענטליכע בלעטל" אויף א נושא וואס איז זיי אינטערעסאנט, אין אזוי צוזאמען וועט מען בס"ד קענען צאמשטעלן א שיינע זאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 233 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר