וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל אדורכברעכן ס'דירות קריזיס?

שליחה דורך שעפטל »

די פראבלעם:
ווי באקאנט איז דער ווארט "דירות קריזיס" אין וויליאמסבורג שוין א טעמע וואס פארנעמט שוין די שמועסן ביים עולם יארן לאנג, אבער ס'איז קיינמאל נישט געקומען קיין געהעריגע לייזונג דערצו.

יארן איז בכלל געווען א ערענסטע דירות קריזיס אז ס'איז פשוט נישט געווען גענוג דירות פאר די איבערפלוס פון פאהייריטע פארפעלקער, וויליאמסבורג קריגט מסתמה יערליך צו אריבער 200 משפחות, (קאן אפילו זיין מער). למעשה אפאר יאר צוריק האט דער עולם געפענט זייערע קעלערן און בודעם'ס און דארטן אריינגעשווערצט שנה ראשונה קאפעל'ס און מ'האט פון אנפאנג געבעטן גאנץ פרייזליכע חודש'ליכע רענטן.

מיט די צייט האט זיך וויליאמסבורג געגעבן א חוני המעגל סטרעטש און מ'האט זיך צושפרייט און צוזייט אין אלע עקן פון שטאט, פון די ווייטע סאוטס ביז קרוינהייטס (נע, אבער ביז טיף אריין אין קלינטאן הילל יא). די מצב האט זיך אביסל פארבעסערט, אבער די פרייזן זענען נאר געווען נידריג פאר די ערשטע 100 וואס האבן געהאט די קוראזש זיך אוועקצוציען א מהלך פון 20 מינוט שפאצירן ביז זייערע עלטערן, דערנאך איז ניי וויליאמסבורג -ווי קלינטאן הילל ווערט גערופען- געווארן "די שטאדט" און אלט וויליאמסבורג איז געווארן די "אלדעדזש היים"... היינט זעהט מען ווי אין די גאסן פון וואלאבאוט ביז דיקאלב נאר מוסדות באסעס, אבער פון לינטש ביז דעוויזשאן זעהט מען מער די קליינע באסעלעך וואס פירן די עלטערע מענטשן צו זייערע איבונגען צענטערן... און אזוי האט זיך אויסגעשטעלט אז צוליב די נייערע דירות און מער קינדער מיט וועם דיין קינד קען זיך שפילן אויפן גאס זענען ארויפגעשרויפט געווארן די פרייזן פאר א לעכל אין וויליאמסבורג שוין באלד אזוי טייער ווי א מאנהעטן קאנדאו...

שוין יארן וואס עטליכע אינוועסטערס (וואס על פי רוב האבן זיי אנגעזעצט מיט זייערע פלענער) האבן אדווערטייזט אז די דורכברוך איז אנגעקומען און דער ציבור איז איינגעלאדענט געווארן זיך אוועקצוציען פון אונטער די מאמעס פארטעך און ויסעו, מ'זאל מופן קיין דותן, אנגעהויבן האט זיך עס א שיינע פאר יאר צוריק מיט בעיסוואטער, די גאטסי מענטשן זענען אריינגעשפרינגן און זיך אהינגעצויגן, אבער מיט די צייט האבן אפאר אינוועסטערס אפגעקויפט די שטחים ארום און ארום און פאר די פרייז וואס זיי האבן געוואלט האט זיך שוין נישט געלוינט אהינצומופן. יארן שפעטער איז געווען א סוואן-לעיק מאוומענט, דערנאך מיין איך איז געווען פארשפרייט די הערליכע קאלירפולע בראשורן פון די 'מידעלטאון' איין פאמיליע דירות פאר ניסלעך פרייזן, וואס ס'האט שוין יא אויסגעזעהן ווי ס'וועט עפעס ווערן אבער א מכה! ס'האט געקראכט ווי אלע, דארטן איז נאר געווען א גאנץ גוטע תירוץ... דער עולם קען נישט נעמען קיין מארגעדזשעס.... שוין לאמיר זיי צוליב טוהן און עס אפקויפן... דערנאך וואס האט זיך יא א משהו אויסגעארבייט (אויב דעס הייסט אויסגעארבייט) אפאר משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין לאק-שאלדרעיק.

די דורכברוך:
למעשה, העריך פון אונטער די קוליסן (יאפ! כאמעך דארטן אריינבאקומען) אז סאטמאר-מהרז"ל מיט די הילף פון אפאר עשירים ווי ר' אליעזר קעסטענבוים און נאך, און שפיץ פון ר' הערשל שרייבער, דער בעה"ב פון די באקאנטע בי ענד עידזש פאוטא, פלאנען צו בויען א נייע שטעטל. (ברעט מענינג ברענגט דא אראפ אויך עפעס א שמועה געהערט זאגן אז לעבן מאנסי (סאפערן) עפענט זיך א נייעם סאטמערען שטעטל (זאלי'ס))
זיי פאנגן אן מיט בערך 350-400 דירות, זיי האפן מ'וועט אריינמופן אהין נאך די ימים נוראים/סוכות.

די שטעטל הער איך איז ערגעץ אין ניו דזשערסי, און די מוסדות סאטמאר-82 נעמען פולע רעספאנסעבילעטי איבער בויען מוסדות און קהל'ישע צענטערן.
אזוי אויך איז דא א שמועה אז בי-ענד-עידזש ציט אפילו אהין א ווערהאויז צו וואס צו קענען פלאצירן די מענטשן וואס ווילן אהינמופן און ווילן בכלל נישט פארן יעדן טאג צום ארבייט, אין פאקט איז די געגענט אין ניו דזשערסי (כ'ווייס נישט פונקטליך ווי ס'איז) זייער נאנט צו מאנהעטן, איז אפילו פאר די וואס ווילן ווייטער בלייבן מיט זייערע ארבייטס פלעצער אויך גאנץ נאנט און באקוועם.

די שאלה איז דא, פארוואס זאל זיך עס דא יא איינמאל פאר אלעמען אויסארבייטן?

ס'זעכער דא וואס קלערן, נעה! ס'וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבייטן! מ'קען נישט בויען קיין שטעטל!
די זענען נישט אזוי נישט-גערעכט, די מציאות האט געוויזן מיט זיי. למעשה חוץ קיין קרית יואל (וואס בעצם איז באקוועמער פאר א סאטמאר-מהר"א חסיד אהין צו מופן) ווי ס'איז טאקע דא צענדליגע (כ'ווייס נישט פונקליך וויפיל) משפחות וואס מופן אהין א יאר, אבער דאס איז נישט קיין לייזונג פאר אלע אנדערע קהלות מעמבערס איינוואוינער פון וויליאמסבורג.

אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז נאר א חסידות און טאקע נאר מיט א זעלבסטשטענדיגע מוסדות און קהלה קען זיך א שטעטל בויען, און אלס דעם אויס קען זיין אז חסידי סאטמאר-מהרז"ל וועלן זיין באקוועם זיך אהינצוציען ובפרט ווי איך הער גייט זיין די ערשטע יאר צוויי שכר לימוד'לאזע מוסדות און אזוי אויך וועלן זיין באסעס -אין אנפאנג פאר בחינם צו גאר גאר ביליג- פון דארט צוריק צו די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט... און צו אנדערע היימישע געגענטער.
און די ווייזן אן, אז למעשה האט זיך נאר אויסגעארבייט קרית יואל (נאר סאטמאר [אלע פראקציעס...]) שיכון סקווירא (נאר סקווירא [ס'דא פראקציעס..?]) נייטרא (געווען א ספעציעלע טיפ פון מענטשן) קאשוי (חסידים ומעריצים) אא"וו. אזוי דא וועלן זיין על פי רוב חסידי ומעריצי פון סאטמאר-מהרז"ל

ונזכה ונראה מה יהי' עם ......
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 60 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר