מור וקציעה האט געשריבן:ר' הירץ - איך בין נישט איבערצייגט אז די זאכען העלפען, אמאל ברענגט עס אפילו פארקערטע רעזולטאטען, עס מאכט אז די קיצונים זאלען גיין אנדערגראונד,
להבדיל ביי די עקסטרעמע מוסולמענע גרופע'ס אין אייראפע ווייזען די סטאטיסטיקס אז ווי מער מען דערדרוקט זייער קולטור [ווי למשל אין פראקרייך ווי מהאט געמאכט א געזעץ אז מטאר נישט גיין מיט קיין היזשאב אין פובליק וכדומה] אלס מער ראדיקאל ווערען זיי, פראצענטואל איז אין אמעריקה דא אסאך אסאך ווייניגער מוסולמענער ראדיקאלען ווי אין אייראפע צילוב דעם וואס דא צווינגט מען נישט ארויף בכח די אמעריקאנע קולטור (עכ''פ אין די גרעסערע שטעט),
אלופינו משה יעלון שר הבטחון בארצינו הקדושה האלט אויכעט אזוי, ער טענה'ט אז די מהלך פון יאיר לפיד מאכט די חרדים מער עקסטרעים (ואוירבאך יוכיח), לענ''ד איז די מערסטע ווירקזאמע וועג -אינעם לאנגען טערמין- צי לייגען נאר לייכטע פרעשור, בעיקר מיט געלט אז ווער עס שטעלט זיך צו צום געזעץ פון ליבה/קאור-קאריקאלאם באקומט פראגראמען און ווער נישט באקומט גארנישט,
בד''וו וואס טוט זיך אין בעלגיע? ווי די העכסטע געריכט אין לאנד האט מחייב געווען די עלטערין מיט ליבה/קאור-קאריקאלאם אין אז נישט קען די רעגירונג צונעמען די קינדער פון די עלטערין
אט הערט פארוואס איר זענט נישט אינגאנצן גערעכט.
עס איז דא אפאר פאנדומענטאלע חילוקים פון די חרדישע צו די מוסלעמענע גרופעס. ערשטנס, לאמיר קודם שטופן סטאטיסטיק אין א זייט. א אינסולאר קאמיוניטי וואס ווערט קאנטראלירט דורך אומערוועלטע יחידים און אין וועלכע אינדיווידועלע מיינונג ווערט אונטערדרוקט, איז נישט נאר וואס סטאטיסטיקס איז נישט באגלויבט נאר די פראצעדור ווי אזוי די סורוועיס זענען דורכגעפירט געווארן ברויך אריינגעלייגט ווערן אין question. חוץ מזה האסטו נישט געברענגט קיין מקור צו דיינע קלעימס.
אונזער חינוך סיסטעם איז א עוולה מכח עטליכע סיבות. 1. די רעכטן (וואס איז כולל כמה) פון די קינדער ווערן אוועקגערויבט. 2. די כשרונות פון די קינדער ווערן נישט יוטילייזד צו בעסער מאכן די וועלט פון וועלכע זיי וועלן שפעטער נעמען, פון וואס זייערע עלטערן האבן שוין גענומען און צו וועלכע די איבריגע וועלט-אינהאביטאנטס קאנטריביוטן עט די מאמענט. 3. די קינדער קומען ארויס מיט א נעגעטיווע בליק אויף 'אנדערע' מיט וועמען מיר שערן די וועלט.
אמת אז ארויפצווינגען פרייהייט קען פירן צו עקסטרימיזעם. אבער קודם לאמיר פארשטיין עקסטרימיזם און נאכדעם וועלן מיר פרובן אפצולערנען וואס איז דאס 'ארויפצווינגען פרייהייט'. אלעס פארשטייט זיך אין א ניסן שאלעכץ.
ווי איך פארשטיי רעדסטו פון צוויי סארטן עקסטרימיזם: שטעכן מיט מעסערס אדער נאך מער זיך פארשליסן אין זיך. איך זע א דריטע עקסטרימיזם: רמאות. דאס איז, אזוי ווייניג זיך רעכענען מיט אן אנדערען אז איך בין דיך גרייט אויסצוטאן נאקעט בעירום ובחוסר כל - זאלסט אפהונגערן און פיגרן.
פרובירן צו סעקולערייזן א טראדיציע, א צוריקגעבליבענע רעליגעיזע לייף-סטייל - אדער ווי דו רופסט עס - ארויפצווינגען קולטור, קען געטוהן ווערן אויף עטליכע וועגן און יעדע האט זיך זיינע פראָס און קאָנס. איך קען גיין און דיך אריינשטיפן א מורה נבוכים אין די האנט אבער כ'גלייב כ'וועל נישט האבן קיין סאך קונים דערפאר. כ'קען פרובירן דיך אריינשטופן א פורנו מאגאזין אבער איך שטעל איין צו פארלירן מיין טראסט ביי דיר אדער קען איך נאך ערגער אפשניידן ווען דו וועסט זיך נוקם זיין אדער וועסט חוזר זיין נאכדעם וואס די גילט וועט אריינקיקען. אין בעסטן פאל קען איך פארגעסן פון נאך אמאל האבן אן ערנסטן דיסקאשן ווייל מעגליך וועסט בחייך -- פון די ריזיגע פורנו סעלעקשן קיינמאל נישט ארויסקריכן. אדער קען איך דיך שיין מסביר זיין פארוואס פורנו איז נישט קיין פראבלעם אבער דאס איז לאו דוקא די סעלושען - ס'איז דא בעסערס ווי דעם, ריעל לייף; עס לכול, לאמיר ארבעטן סטראטעגיש וכו'. כ'קען גיין נאך מער - פורנו איז נישט קיין פראבלעם אבער ס'איז נאו פוינט וועיסטן דיין צייט, קום לאמיר טראכטן ווי אזוי מיר האבן א וועלט אין וועלכע ס'איז מעגליך צו וואטשן פורנו. אבער נאכאמאל, כ'גלייב אז אויכעט פאר דעם אפשען וועל איך נישט האבן קיין סאך אינטרעסירטע.
ביז אהער איז געווען פאזעטיוו. דערנאך חזר'ט זיך אלעס בדרך שלילי. כ'קען דיך צווינגען צו גיין געקליידעט פריצות'דיג. געגן דיין ווילן דיך עקספאוזן צו אויסגעלאסענע בילדער וכו'.
הכלל, געוואנדן אין וועלכע דרך איך וויל אויסקלייבן, וועט זיך פאדערן דיפערענט לעוולס אויף איבערגעגעבנקייט - קאמיטמענט, סעלפישנעס און אידיעלאגיע - פון מיין זייט - וואס איך זאל גרייט זיין צו ספענדן כדי אנצוקומען צום דעזייערטן ציהל והוא הדין דיפרענט לעוולס אויף קנאה שנאה און דיסדעין צו דיין וועג פון לעבן - וואס איז פארשטייט זיך מער נאטורליך והבן. נאכדעם איז סתם אזוי די שאלה, טוט מען עס פון אינעווייניג אדער פון אינדרויסן. טוט מען פראמאוטן קולטור (נישט די פורנו), עקענאמיע, וויסענשאפט פון אינעווייניג אדער פונדרויסן? וועט מאטעריאל באאיינפלוסן דעם אינטעלעקטואלן און ספיריטואלן אספעקט אדער פארקערט?
און דא קום איך צו צו מיין וויכטיגסטע נקודה. עכ"פ, די נקודה וואס כ'האב לכתחילה עקסלוסיוולי געוואלט אנמערקן אין דעם תגובה. פראנקרייך, און אזוי אין נאך מדינות, טוען זיי צוערשט ארבעטן אויפ'ן מאטיריעלן חלק מיינענדיג אז דאס וועט שוין ברענגען אידעלאגיע. זיי פארפאסן צו זעהן אז דאס פאלגט נישט נעסעסערעלי. און בעוונותינו הרבים איז עס מער מאל נעגעטיוו -- און פונדרויסן, ווי פאזעטיוו -- און פון אינעווייניג. אינזינענדיג האבן זיך קודם, און נאכדעם דער סאבדזשעקט. מתוך קנאה מער - ווי מתוך אהבה. קומענדיג צו ראטעווען ווי איידער צו פרעווענטן. אוועקנעמענדיג דעם אלטן אבער נישט גיבענדיג א פאסנדער אלטערנאטיווע איבערלאזענדיג דאדורך א חלל.
אויסער דעם, איז דאך לערנען און פארשטאנד דאך יא עפעס וואס מיר טוען מחשיב זיין - נאר א תורה אחרת. איז אויך ממילא נישטא אזוי ווייט די פחד פון ווייאלענס אבער נאך מער די פחד פון רמאות. אויך איז אונזער חינוך - וו"ס די מוסלעמענע- מער באזירט אויף 'אונז זענען בעסער' ווי דער 'זיי זענען ערגער'. א זאך וואס איז שוין א פלוס. ווייל יעצט בלייבט נאר איבער צו פרעזענטן די עווידענס אז זיי זענען אויך גוט. אין אנדער ווערטער, איך דארף דיך נישט צווינגען אויפצוגעבן דיין תורה, אונזערע פריעדיגע האבן זי שוין מאדאפיצירט און די מקורות עקזעסטירן שין. אצינד בלייבט נאר איבער דיך איבערצוצייגן זאלסט א בליק טאהן אויף זיי, משא"כ די מוסלעמענער וק"ל.
סתם זאג איך, כ'קען מיך איינפאך נישט איינהאלטן, זיי נישט נאריש: ווילסט צוגלייכן אן אמעריקאנער מעינסטריעם קולטור צו א פראנצויזישער מעינסטריעם קולטור? פון א מדינה אפיציעל געפירט און באאיינפלוסט פון קור רעליגיעזיע ווירדן צו א מדינה וואס האט א נחשונדיגע - ווידערגעשפעניגט אין די קירכע און קלערגי - שוין מיט אפאר מאות צוריק?
יעצט פראקטיקלי, גיין אנדערגראונד קודם כל איז גאר שווער אין די היינטיגע וועלט. און וויפיהל אנדערגראונד קענסטו שוין גיין און נאך אלס האבן השפעה אויף א ציבור? מיינסטו אז יעצט זענען זיי נישט אנדערגראונד? קעגן דעם מכם ובכם אין עצה ואין תבונה. נאכדעם, דרוק מיט געלט איז טאקע אויך וויכטיג אבער דאס אליינס איז
טאקע סתם פייניגן. כ'זע נישט ווי אזוי צומאכן סקולס איז צווינגען אדער דערדרוקן. זיכער מוז אפהאלטן געלט זיין א גרעסערע צער. ווילסט לערנען תורה? לערן אים אינדערהיים. אבער אז דו האסט נישט צועסן, קענסטו נישט זאגן, "כ'וועל מיך באגיין אנדעם."
כ'ווייס נישט ווער משה יעלון איז אבער די ארץ ישראלדיקע שרים האב איך מורא צו טראסטן נאך פאר ווען ס'קומט צו חרדים מער ווי אונזערע. פראגראמען זאגט מען שוין צו און מען גיבט שוין יארן, דערווייל האלט מען נאך אלס ביי די ערשטע פאזע - פון געבן. אין געוויסע מקומות האלט עס שוין ביי די "ענגעידזשן" פאזע. אויך דארף מען א קוק טאן ווער ס'מאכט זיך קודם אן די חובות. ס'נישט יושר דו זאלסט מאכן צענדליגע קינדער און פארלאנגען איך זאל צאלן זיי אויסצוהאלטן. ועוד, דערווייל לעבן מיר אין א וועלט אין וואס אפילו כ'וועל נישט צאלן וועסטו לכאו' נישט אויסגיין פאר הונגער. נו, וועסטו נישט האבן די ערקאנדישן אין די זומער. און ווער ס'דארף קודם מאכן די השתדלות דער משלם אדער דער משנה איז א שמועס פאר זיך.
פיינעלי, איז זאגן אז מ'טאר נישט ענפארסן די געזעץ און וואליוס פון דעמאקראטיע און מענטשן רעכט, ווייל דו וועסט נאך ווערן א גרעסער מענטשן רעכט פארלעצער נעמט אוועק די בחירה, איז חוטא נשכר און איז א נותן יד לפושעים.
איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין בעלגיע אבער פון פאליסי ביז ענפארסמענט צו פולע רעאליזאציע איז א מהלך. די עדיקט פון טאלעראנץ האט אויך גענומען יארן ביז זי האט פולשטענדיג מאטיריעלאזירט.