דורך כעלעם'ר מגיד » פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:32 am
....אז אדולף היטלער'ס טאטע האט געהייסן אויפן לעצטן נאמען "שיקעלגרובער" (Alois Schicklgruber).
ער האט אזוי געהייסן נאך זיין מאמען'ס לעצטע נאמען. ער איז געווען א נישט כשר קינד, זי האט נישט געוואלט פארציילן ווער דער פאטער פונעם קינד איז, ממילא האט מען אים פארשריבן לויט די מוטער. ס'איז געווען יארן צוריק שמועות אז אלואיס'ס טאטע איז געווען א ייד, איינער לעפאלד (ליפא) פראנקענבערגער וואס אדולף'ס מאמע זאל האבן געארבעט ביי אים אין שטוב אלס קעכערין אין די צייט וואס זי איז געווארן טראגעדיג. היטלער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די פריערדיגע דרייסיגער יארן אויסצופארשן די שמועות וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין באזיצלאז. לויט די SS אויספארשער האט אזא "ליפא פראנקענבערגער" קיינמאל נישט עקזעסטירט. זי, אלואיס'ס מאמע האט א פאר יאר נאך זיין געבורט געהייראט מיט יוהאן היידלער (פון דעם איז שפעטער געווארן 'היטלער'), און אין די אפציעלע ווערסיע פון דער דריטער רייך איז אנגענומען געווארן אז יוהאן האט שוין אויך געהאט שייכות מיט אלואיסן'ס מוטער פארדעם און פון אים האט זי געהאט אלואיס. אזוי האט מען אויך איבערגעשריבן אין א נייע געבורטס-שיין, און מזל טוב מקודשת... אין 1937 האט ער פארארדענט דאס פאבלוצירונג פון א בוך מיטן נאמען "דער ייחוס פונעם פיהרער" (Die Ahnentafel des Führers) להסיר לזות שפתיים און פעסטצושטעלן אז ער, היטלער, איז באמת פון ריין עסטערייכישען אפשטאם.
בכל אופן, א צוועלף יאר פאר אדלוף איז געבוירען האט זיין פאטער זיך געביטן דעם נאמען צו "היטלער" אזוי אז אדולף אליינס, אין קעגענזאץ צו לעגענדעס, האט קיינמאל נישט געהייסן 'שיקעלגרובער' אדער 'היידלער' ("האוטטלער" אין פרייסישען אקצענט) נאר היטלער.
ת.נ.צ.ב.ה. (ליפא פראנקענבערגער)
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'