פארהייראט להלכה ולא למעשה!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

פארהייראט להלכה ולא למעשה!

שליחה דורך משה געציל »

אוי! מיין הארץ עס טוט רייסן
דיין צער ווער קען באגרייפן,
איך קען דיך טאקע נישט פון דער נאנט
אבער א נאנטע קשר צו דיר עס מאנט,

א בחור א טשאטשקע פון ישיבה געכאפט,
נישט געפרעגט קיין סאך גלייך צוזאמגעפאסט,
מיט איר דיין לעבן צוזאמען מיטיילן,
נישט קיין חילוק צו עס שטימט, דער שדכן טוט איילן,

טעלער געבראכן עוד ישמע מען טוט זיך פרייען,
נאך א רינגעלע אין קייט טוט זיך אריינדרייען,
א פארפאלק גליקליך און צופרידען ביז גאר,
אזוי האט אויסגעקוקט פאר יעדעם אויף וואר,

נאכן חתונה גליקליך און שיינענדיג,
אויף א געשמאקע לעבן צוזאמען האפענדיג,
דאס איז דאך דער עיקר פונעם ציל,
א לעבן גליקליך און דורות פיל,

אנפאנג דאס לעבן ווי אויסגעטרעטן זיך פירט,
דער אינגערמאן מיט זיין פארל שטאלצירט,
גליקליך ביז גאר צוזאמען ער שפירט,
זי איז דאך מיין, מיט איר ער טראמפירט,

שנה ראשונה טוט שוין פארבייפארן,
צובסליך די מצב טוט זיך אויסקלארן,
הודו מיט כוש געטוהן צוזאמפארן,
אבי די מחותנים זענען נישט צופארן,

מען גיבט זיך א דריי אויס,
אפאר קינדער מען האלט שוין אין שויס,
ווי קען איך איר אפלאזען מיט די קינדער אליין?
א רחמנות אויף זיי, זיי זענען נאך אזוי קליין?

אזוי צוזאמען מען שטיפט א לעבן אנע געפיל
א לעבן אן קיין טעם נאר מיט פלאג עס איז פיל,
קיין מוט ביינאכט אהיים צו קומען,
דער קאווע שטיבל דאס ווייב איבערגענומען,

נאר פאר די קינדער אינדערהיים זיך געפונט,
כאטשיג פון זיי פיל נחת באקומט,
ווי א זיס קול פינעם תפיסה גלעקל,
א קליינטשיג טרייסט אינעם ביטערן פעקל,

דיין ביטערן פעקל איך טוה שפירן,
כאטש איך קען דיך נישט אינדענטעפצירן,
ווען דו האסט מיר דיין מצב אביסל אנטפלעקט,
בין איך געבליבן ממש פארפלעפט,

א גאנצער נאכט אין בעט זיך געדרייט,
וואו נעמט מען די כוחות און די שטארקייט,
צו לעבן מיט איר צוזאמען ביסטו גרייט?
זאג מיר, וויאזוי ווערסטו נישט צודרייט?

א לעבן פון פיל מיט פיין,
מען קען דאס נישט פארשטיין,
ספיקות אינעם קאפ פיל,
וואס גייט זיין די סוף און ציל?

מיינע ווערטער פאר דיר בכלל נישט קיין טרייסט,
נאר דיין צער פון מיין הארץ עס רייסט,
פארוואס אזא שווער לעבן דיר באשערט,
פארוואס א לעבן אזוי צושטערט?

זאל איך דעם שדכן באשולדיגען?
אדער דעם סיסטעם פארטיליגען?
דאס וועט דיר נישט באפרייען,
און דעם רעדל נישט צוריקדרייען,

איך האף און בעט אויפן טאג,
דיין לעבן אן קיין פיין און פלאג,
להלכה ולמעשה מיט די ווייב א לעבן פירן!
א לעבן נאר גליקליך און צופרידן!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר