נישט נאר דער עלטסטער זון מעג ווערן רבי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

נישט נאר דער עלטסטער זון מעג ווערן רבי

שליחה דורך איך זאג דיר »

כ'וויל אין דעם אשכול ארויסברענגן זייער א וויכטיגע נקודה, וועגן דעם ענין פון קרוינען אויך אנדערע זון פון רבי'ן לאחר פטירתו, עס פארשטייט יעדער אז גיין מיט'ן קאפ אין וואנט און זיך איינרעדן אז נאר דער עלטסטער זון מעג ווערן רבי איז א חורבן, גיט'ס א קוק וואס ס'טוט זיך אין סאטמאר מ'רייסט זיך ביי די קעפ, פארוואס ? ווייל מ'האט אלעמאל געוויסט אז נאר דער עלטסטער זון וועט זיין רבי, און ווען ס'איז נולד געווארן דער געדאנק אז דער אנדערער זון גייט אויך ווערן רבי איז געווארן א וועלט מלחמה, דאס איז אלעס ווייל מ'האט נישט אנגעגרייט דעם ציבור אויף א מעגליכקייט אז דער אנדערער זון וועט אויך ווערן א רבי, מה שאין כן, אויב וועט מען אנגרייטן דעם ציבור אזא מציאות וועט זיך די וועלט נישט איבערדרייען ס'וועט נישט קומען צו קיין מחלוקת און נישט צו קיין שפיכת דמים, והכל על מקומו יבא בשלום, גיט'ס א קוק, דער נדבורנא רבי זצ"ל פון בני ברק האט געלאזט צוואה אז אלע זון זאלן ווערן רבי, אזוי האט אויך געטון דער שומר אמונים זצ"ל, אלע זייערע זון זענען געווארן רבי'ס או ס'איז שלום על ישראל, דאס איז זייער א גוטע זאך, ס'ברענגט שלום אויף דער וועלט
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר