כללי אינוועסטמענט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Accountant
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:18 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

כללי אינוועסטמענט

שליחה דורך Accountant »

מענטשן האלטן אין איין פרעגן איבער אינוועסטמענטס, אויב זיי זאלן איינשטעקן געלט אין דאס און יענץ. ס'איז זייער שווער צו ענטפערן אויב מען ווייסט נישט די פרטי פרטים, ממילא קען איך נישט ענטפערן אויף די פראגן. אבער אזוי ווי יעדן מאנטיג און דאנערשטיג קומט אפיר א פרישער חכם וואס פארקויפט דעם ברוקלין ברידזש פארן עולם און נאך א שטיק צייט טרעפן זיך אינגעלייט אויסגעזעקלט פון זייער שווער אויסגעהארעוואטע דאלארן, פיל איך א שטיקל פליכט צו געבן אפאר זעלבסט פארשטענדיליכע כללים.

1) אין כל חדש תחת השמש. עקאנאמיקס ארבעט דאס זעלבע זייט בריאת העולם. ס'ווערט געפירט דורך 'אומזעבארא הענט', דורך סאפליי און דימענד. קיינער, נאכאמאל, קיינער האט נאכנישט מצליח געווען צו ברעכן דעם כלל. רוסלאנד האט פראבירט, דער יסוד פון קאמעניזם איז געווען צו צוברעכן דעם כלל, און היינט ווייסן מיר אז ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט א גרויסן בוידעם.

ממילא, אויב איינער שלאגט אייך פאר א ביזנעס וואס פארקויפט זאכן וואס קיינער דארף נישט, שטייט אוועק, ס'איז נישט מעגליך ס'זאל מצליח זיין.

2) ס'איז נישט דא קיין דרך אין ביזנעס וואס איז אן איינמאליגע זעלטענע געלעגענהייט. אויב ארבעט עס היינט, האט עס געארבעט נעכטן און וועט ארבעטען מארגען. אויב זעט איר די ווערטער 'איינמאליגע זעלטענע געלעגענהייט' זייט שטראק חושש.

3) אדם לעמל יולד. ס'איז נישטא קיין גרינג געלט אויף די וועלט.

4) אינוועסטירט קיינמאל נישט אין א ביזנעס וואס איר פארשטייט נישט. זייט חוקר ודורש, פרעגט פראגן, און פארשטייט דעם ענטפער.

שעמט אייך נישט! זייער אסאך מאל ניצן געריבענע סעילסלייט דעם טאקטיק פון רעדן און רעדן תשעה קבין רייד און זיי ווייסען אז איר שעמט אייך אז איר זענט אן עם הארץ אין וואס ער פארקויפס אייך. ער וועט אפילו פראבירן אריין צו ווארפן קאמפלימענטס ווי: ביסט דאך א קלוגער אינגערמאן, האסט דאך א גמרא קעפעל וכו', ער טוהט דאס אייך צו מאכן פילען ווי איר מיזט מסכים זיין מיט וואס ער זאגט כדי צו בלייבען דער קלוגער אינגערמאן אין זיינע אויגן. לאזט אייך נישט פארפירן, ער האלט אייך פאר אימוויסענט און ער האפט איר וועט קויפן וואס ער פארקויפט אייך.

אויב פארשטייט איר נישט דעם טשארט וואס ער ווייזט אייך, אויב ווייסט איר נישט וואס ס'ליגט אונטער דעם בארג מיט נומערן, אויב קענט איר נישט אליין אויסרעכענען ווי אזוי מען קומט צו צום סך הכל (וויפעל דא ווייסען ווי אזוי מען רעכענט אויס פראצענט? אויב ווייסט איר נישט וואס ^ מיינט, ווייסט איר נישט וואס מען פארקויפט אייך!) זאלט איר בשום אופן נישט אינוועסטירן.

אויב קענט איר נישט ליינען די קליינע אותיות, אויב ווייסט איר נישט וואס קאמפאונדעד אינטרעסט מיינט, ווייסט איר נישט אין וואס איר גייט אריין. פראבירט אייך אליין אויס. נעמט אייער קרעדיט קארד טערומס ענד קאנדישאנס, פראבירט עס צו ליינען. וויפעל דערפון פארשטייט איר?

5) לאזט אייך קיינמאל נישט אריין נער'ן פון מענטשן וואס זאגען אייך אז איר מוזט שוין יעצט/היינט/די וואך אד"ג מאכן אייער באשלוס. געווענדליך ווילן זיי נישט איר זאלט האבן צייט צו טראכטן אדער זיך אדוירך שמועסען מיט א פררשטענדליכע מענטש. אויב נעמט פאר די באנק אפאר וואכן צו באשלוסן צו זיי ווילן אייך געבן א מארדגיטש, מעגט איר אויך האבן אביסל צייט איידער איר טראסט איינעם מיט אייער געלט. אייער צען טויזענט דאלער איז אייך אסאך מער ווערט פון דעם באנקס הונדערט מיליאן דאלער פאר די באנק.

6) און יא. איידער איר איוועסטירט, רעדט אייך אדורך מיט א בעזעסענעם ביזנעס מאן. איר וועט נישט חרטה האבן פון אן עצה טובה פון אן איקפיריענסט ביזנעס מאן.

אויב דער וואס פארקויפט אייך דעם ביזנעס דיעל איז אייך מסביר אז איר זאלט זיך נישט אדוירך רעדן מיט 'אלטמאדישע' ביזנעס לייט וואס פארשטייען נישט דעם היינטיגען מארקעט, לויפט אוועק פון אים כמתחוי קשת!

7) א חוץ פון יו עס טרעשערי באנדס איז נישט פארהאן אן אינוועסטמענט וואס דער קרן איז גערענטירט! איינער וואס פארקויפט אייך גערענטירטע איוועסמענטס, אדער אן אינוועסטמענט וואס ברעגט גרויסע רווחים, איז א גנב, א מעידאף.

8) פילט נישט ווי איר מוזט אינוועסטן ווייל דער סעילסמאן האט פארברענגט מיט אייך צוויי שעה. איר זענט אים גארנישט שולדיג אפילו ער איז אייער שוואגער. לאזט נישט דעם שלעכטן געפיל פון יענעם אפזאגען אייך איבערנעמען. ס'איז בעסער צו האבן א שלעכטן געפיל פאר קורצע צייט מיט אייער געלט, ווי איידער שברי לב מיט א ליידיגען באנק אקאונט.

9) א גוטער ביזנעס דיעל האט פון ווי צו באקומען געלט. דער באנק שטייט גרייט מיט די וועלטס געלט צו אינוועסטירן אין א גוטען געשעפט. ביזנעס לייט, מולטי מיליאנערן, שטייען גרייט צו אינוועסטירן. אויב דער סעילסמאן קומט צו אייך, צום כולל אינגערמאן, צום שנה ראשונה אינגערמאן, מיינט דאס אז ביזנעסלייט האלטן נישט ביים אינוועסטירן.

אויב ביזנעסלייט, וואס קענען פארלירן הונדערט טויזענט דאלער און ווייטער איינקויפן אין גראסערי, האלטן נישט ביים ריסקען זייער געלט פאר דעם דיעל, עאכו"כ זאלט איר נישט ריסקען אייער לעצט אפגעשפארטע געלט.

10) געדענקט דעם כלל:
Something that's too good to he true, is too good to be true.
אויף מאמע לשון: יעדע זאך וואס זעהט אויס ווי א זיסער חלום איז א זיסער חלום.


צום לעצט: ווערט נישט איבערגענומען פון סוקסעס סטאריס, פון אייער חבר/שכן/קאזין וואס איז אריין געטאנצן און געמאכט גראבע געלטער. אפילו אויב די שטות איז פאר איינעם איינמאל געלונגען, מיינט נישט אז ס'וועט פאר אייך אויך געלונגען. און דא האט איר מיין הבטחה: אייער חבר/שכן/קאזין גייט איין טאג מאכן א גרויסער קראך.

און א ווארט איבער לייף אינשורענס: ס'איז א פארצווייגטע סוגיא וואס ס'וועט נעמען אסאך צייט מסביר צו זיין, אבער במחילת כבוד האינשורענס בראקערס, בדרך כלל איז האל לייף זייער, זייער א שלעכטע אינוועסטמענט. דער איינציגסטע פאל וואס ס'קען מאכן סענס איז אויב אייערע יורשים וועלן דארפן באצאלען איסטעיט טעקסעס. אויב האט איר נישט קיין גרויסע פארמעגענס (פאר יאר 2013 פון צען און א האלב מיליאן דאלער פאר א חתונה'געהאטע קאפעל) דארפט איר זיך נישט זארגען פאר איסטעיט טעקס און איר דארפט נישט קיין האל לייף פאלסי.

ביטע נישט אן נעמען מיינע וועטער ווי איך מיין א ספעסיפישע איוועסטמענט אדער אגענט.
The information provided here is for informational purposes only, it is not intended to substitute for obtaining accounting, tax or financial advice from a professional accountant. It does not constitute an accountant-client relationship. I do not warrant that the information is error-free.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר