רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

רוב המון וועט נאר פארשטיין לאחר המעשה, טו בעד

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

ס'קומען ציגיין גרויסע צילייגער, קליינע נעזער, בלייכע פענימער, אין פארקנייטשטע שטערן'ס, יעדער פרובירט צי ווייזען זיינע קענטעניסען ווער עס קען בעסער חוזעק מאכען אין אפלאכען פין די שרעקליכע קאנספיראציע ליבהאבער, די דאזיגע מאדנע ברואים וואס זענען אראפגעפאלען פין די לבנה אין אין ווערען באשולדוגט אין זעהן באהאלטענע קאנספיראציעס אויף טריט אין שריט,

רבותי, די אמת איז אז די ריכטיגע סיבה פארוואס אסאך מענטשען ווילען נישט גלייבען אין אזוי געריפענע קאנספיראציעס איז נישט וועגען זיי זענען קלאמפיש די קלוגע וואס לאזען זיך נישט נארען פין די נארישע דמיונות, נאר ס'איז פשוט די מענשליכע נאטור, א מענטש וויל נישט גלייבען אז ס'קען זיין ס'זאלען זיין מענטשען וואס קענען טוהן זאכען וואס זענען ווייט ארויס פין די גרעניצען פין דעם דארעכשניטליכע מענטש'עס דמיון, אין פארדעם איז עס אוטומאטיש ליגענד אין פארטיג, מען דארף נישט האבען טענות צי די מענטשען, זיי זענען סך הכל מענטשען אין ס'איז א נארמאלע מענטשליכע נאטור,

מען זעהט דאך ביי דעם דעספאט היטלער אז ער האט פינקטליך געשריבען אין זיין ביך וואס ער פלאנט צי טוהן, ס'נישט געווען קיין סוד, אבער רוב המון האט עס נישט געגלייבט פשוט ווייל ס'קען נישט זיין, אין אפילו ווען ער האט עס שוין געהאלטען אינמיטען טוהן האבען מענטשען נישט געקענט גלייבען, דאס איז א טייל פין די מענטשליכע נאטור, ס'האט געדויעט ביז נאכען חורבן, ווען די וועלט איז געווען חרוב אין די פאקטען האט געשפיגען אין פנים, נאר דעמאלץ האט מען געמיזט מודה זיין אז יא ס'האט טאקע פאסירט , די אומגלויבליכע אין שרעקליכסטע האט טאקע פאסירט,

רבותי, היסטאריע חזר'ט זיך איבער נאכאמאל אין נאכאמאל, אין טאמער עפעס איז די המון מער נאריש היינט אין ווער ווייסט צי וואס עס וועט דארפען קומען ביז די המון וועט זיך חאפען, ס'שטייט שוין אין די ספרים אז א גרויס חלק וועלט וועט שטארבען כ'מיין צוויי דריטעל, קוקט אויס אז פאר משיח'ן וועט די כח הרע קומען צי א קלימאקס, נאך ערגער ווי די צווייטע וועלט קריג, (כ'האף אז נישט),

עכ"פ ס'נאריש זיך צי גיין טענה'ן ווייל אפילו די גרעסטע אין קלארסטע פאקטען קען אפגעפרעגט ווערען מיט שרייבען "עה שטותים, נארישקייטען, די קאנספירעסי טעאריסט" אין פארטיג ס'אפגעפרעגט, ממילא גיי איך אפילו נישט אריינגיין אין קיין טענות ומענות, כ'שרייב עס נאר דא לזכרון אז ס'וועט קומען א צייט וואס ס'וועט חלילה געשען וואס ס'וועט געשען טאמער ס'וועט געלונגען פאר די שלעכטס צי אויספיהרען זייערע פלענער, וועט מען זיך דערמאנען אז פראפעסאר שפירא האט שוין געשריבען,

ס'איז היינט אזוי ווי אמאל, ס'דא פלענער צי הארגענען רוב וועלט, אין די חברה זאגען עס אפען, אין שרייבען עס אין זייערע ביכער, ענק מיינען אז זיי ווילען אוועקנעמען די וואפען סתם פאר ליידיגגיין .... ס'איז א טייל פין א גרעסערע פלאן, אין צי ציגרייטען דעם באדען דארף מען אנטוואפענען דעם המון כדי זיי זאלען זיין מער הילפסלאז ווען די ווייטערדיגע פלענער וועלען זיך אנטוויקלען, ס'קומט גרויסע עקאנאמישע שוועריגקייטען, לכאורה עפידעמיקס דורעך אינזענירטע וויירוס געמאכט אין א לעב, אין אזוי ווייטער,

כ'קען שרייבען ווייטער, אבער ס'וועט אויסקוקען זייער פאני פאר די רוב וואס פארשטייען נישט די טיפקייט פין די גאנצע זאך, אין כ'האב נישט קיין געדולד צי שרייבען מיט א טיפקייט, ווייל וויפעל וועט עס דען אויפטוהן, די רוב וועט דאך מסתם זאגען אז ס'שטותים,

עכ"פ ווער ס'קען זאל קויפען גאלד אין זילבער, קויפען קליינע פארעם'ס אין מאכען אייגענע ענערגיע איינריכטונגען ווי סאלאר אדער אנדערע, זיך אויסלערנען צי פלאנצען אליינס עסען, אוועקלייגען עסען וואס האלטען זיך, נישט געבען קיין וואקסינס, נישט טרונקען קיין פלאורייד, נישט עסען קיין GMO עסען, אין קויפען וואפען טאמער מען קען לעגאל, נישט נעמען קיין פסייקאודראגס ווי פראזעק אדער אנדערע, אין ווארען אלע חברים צי ציגרייטען וואס מען קען, וכולי האי ואולי, אין גאט זאל האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער,

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר