טעות לעולם חוזר - זר איך בעהט דיר איבער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

טעות לעולם חוזר - זר איך בעהט דיר איבער

הודעהדורך יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 3:42 am

יואב האט געשריבן:-איר ווילט שרייבן עפעס קארני, ס'פאסט אייך נישט. זר שרייבט עס, איר געט אים א לייק, און שרייבט צו טיפיקל זר.

דאס איז לכאורה אויסגעטייטשט געווארן דורך די גראדע מעכל'עך כפשוטו, ווען אין אמת'ן האט יעדער בר דעת פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן בלשון סגי נהור, אדער פאר די אובער חכמים בלשון בתמיה.

באצייכענען זר'ס תגובות קארני, איז פונקט ווי איך וואלט געשריבן אויף קופערניקסן'ס תגובות היסטאריש איבעלדיג, און אויף יידל"ס תגובות עקסטרעם קינדעריש.

איך בין א געשווירענע פען פון זר, און ווען נישט איך וויל פארהוילן מיין אידענטיטעט, וואלט א זר פענדל געפלאטערט אויף מיין קאר, און סאלידע זר באמפער סטיקערס וואלט געקלעפט אויף אלע 4 זייטן פון מיין קאר שטעלענדיג אין שאטן די בעסטע נ ננח סטיקערס.
יעדע 1000 תגובות וואס ער גרייכט וואלט איך אנגעטאהן א זר טישורט פייערנדיג זיין סוקסעס, און יעדעס מאל וואס ער טוישט פערסאנאלעטי וואלט איך ערשינען מיט אן אויפרייסישע זר קעפ.

זר צו קאווע שטיבל איז ווי די קאצקא ציקער צו די קאווע, ווי זאלץ צו יעדע געקעכטס, ווי טישאס אין בית כסא, און ווי מייקל סעוועדש פאר זר.
נישט קיין חילוק צו איר בלאנדזשעט אריין אין צימעס, אדער איר זענט פארטיפט אין וויסענשאפט. אייסערט זיך אין תורה ומחשבה, אדער רעגט זיך אין געזעלשאפט. דעבאטירט אין קאווע שטיבל, אדער ליינט אין אידיש אלגעמיינע נייעס. איר וועט נישט פארלאזן דעם אשכול אן א שמייכל געבן אויף א צוויי שורה'דיגן תגובה'לע פון זר.
איבעראל קומט ער אן אין צייט, און הגם ער איז נישט דעם שטיקל פלייש, ווארפט ער צו די פערפעקטע צאל ספייסעס פאר די שלימות הענין.
און ווערט רעדט נאך דעם שמייכל אפטיילונג, וואס איז כמעט זר'ס אייגענעם בלאג.

זר'ס גאונישע איידיעס פון עפענען אשכולות, איז ווי איינשטיין אין פיזיקס, ווי נולד אויף קשיות, און ווי לולקע ציבעך אויף חקירות.

זר איז אן אויסנאם געשמאקן כאראקטער, איזי גאוינג, און שטענדיג אויפגעלייגט.
האט מעכטיגע שלום בית, אזש ער שטייט א גאנצן טאג מיט איין האנט צו הילף פאר זיין ווייב, און דער אנדערן האנט טייפט ער אויף קאווע שטיבל.
געט אריין א אויסערגעווענדליכע ליבשאפט צו זיינע קינדער סיי צוליב זיין לאבלי כאראקטער, און סיי צוליב דעם ליבשאפט דעפעציט פון זיינע עלטערן .

און בית מדרש ווארט מען שוין ביי מנחה מעריב ער זאל אנקומען טיילן ציגרעטליך, און פארציילן די לעצטערע נייעס מיט זיין הומאר, כאריזמע, און זאפט.
ביי אלע משפחה שמחות קלעבן אלע ארום זיין טיש, ווי מ'וואקעלט זיך פאר געלעכטער, ביז זיין פאטער ווינקט אים ער זאל זאפארט סטאפן מיט די לצנות.
זר איז פון די אינגעלייט מ'מאכט שטיל ביים ליינען, און זאגט אלץ צו ער וועט סטאפן צו רעדן, אבער קאן זיך פארט נישט איינהאלטן.

ער זיצט און שיקט ווערטליך אויף אלע סארט מעסעזדשינג גרופעס, און בראוזט אויף יו טוב אסאך.

זר פלעגט ליבן שאן הענעטי יארן צוריק, אבער עס איבלט אים ווען ער טאנט אריין צו אים היינטצוטאגס.
ער גלייכט זייער סעוועדש'ס שפראך, און האט הנאה פון זיין מאדי כאראקטער, פון רעדן איין טאג פון מיעט באללס, און דעם אנדערן טאג פון פי. עיטש.די'ס.

זר'ס שטעלונג כלפי אידישקייט איז זייער קלאר. ער קען נישט דערליידן די צעקוועטשטע בני היכלא אידן, די געפילטע פיש עדיקס, די יושבי חושך ניקעס ווי שיטה רופט זיי.
דאס מיינט אבער נישט ער האלט נישט פון זיי טיף אידילאגיש. ער איז פשוט אנטקעגן ביטער מאכן אידישקייט, נאכדערצו אז ער קומט פון אזא שטוב.
ער לאכט אפ פון אלע היינטיגע רבנים, הגם ער קען נישט דערליידן די וויסטע שנאה וואס חברה טראגן זיך ארום איבערן סיסטעם, און האט שטארקע רעספעקט צו אלטע גדולים.

זר נעמט נישט קיין פרעשור פון גארנישט, אפילו די שווערע זאכן טוהט ער גאנץ שנעל פארווישן, מאכנדיג שלום מיט אלצדינג.

זר איז אן אוסנאם גרויסע ספענדער, און גלייכט דעם אכילה. זיצט אפ אין רעסטוראנטן, און קויפט שבת נישט קיין ביליג פלעשל וויין, הגם ער האלט זיך נישט אזא מבין.
זר האט נישט פארלוירן דעם אפעטיט צו נאש, פרעסט וויפיל ס'גייט, און טיילט פאר אלע ארומיגע.

הגם ער פארמאגט א קליין הויז, איז דאס אייביג אפען פאר געסט, שבת עסן בחורים דארטן, און הגם ער האלט זיך נישט פאר די שענסטע זינגער, גלייכט ער צו זינגען.

זר האט א גוט קעפל, אבער איז פויל צו שטודירן תורה צו סעקולערע ידיעות צוגלייך. פארט אבער האט ער אין זיין מח אפענע פראפיילס איבער אלע מיני נושאים, און נעמט זייער גוט אויס צווישן זיינע חברים.

באדעם ליין. ער איז א מוסטער פון א מענטש וואס איז נוח לבריות. קלאסיש, און ארגינעל. ליבלעך, און ב'חן'ט. געשמאק, און צום זאך. איבערגעגעבן, און געפיליש. קלוג, און הומאריסטיש. און שרייבן אויף אים קארני איז געוועזן א קאמפליט מיסטעיק.

די אמת'ע סיבה פארוואס אזא טעות איז ארויסגעקומען, איז כ'האב יענעם אשכול נישט אויסגעטראכט בעפאר, עס איז מיר פשוט אונטערגעקומען כלאחר יד.
קודם כל האב איך געוויסט זר איז נישט סענסעטיוו, און כ'האב געמיינט ארויסצוברענגן דעם אפענקייט צו שרייבן אלע מיני זאכן, אן קיין בושה אז מ'קען אים אפשר אראפקוקן פאר אזא תגובה'לע. דאס איז אויך געקומען הארט נאכן ליינען זיין אשכול איבער מיר זאלן ווערן קינדער, מילא איז מיר געליגן אין קאפ אזא רעקלאמע פון זר מיר זאלן זיך פארקינדערן. איך האב קלאר געמיינט פאזעטיוו, נאר סאום האו האב איך גענוצט "קארני" וואס איז זיכער נישט די ריכטיגע ווארט, און כ'האב עס באמת נישט געמיינט.
“We must believe in free will, we have no choice“
Isaac Bashevis Singer —
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1373
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ביים רבי'נס טיש
האט שוין געלייקט: 5324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4191 מאל

הודעהדורך שעפטל » זונטאג אפריל 28, 2013 3:52 am

ריגעלע ריגעלע רוגז...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2663 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג אפריל 28, 2013 4:39 am

יואב איך האף אז דאס איז נישט דיין הויפט באנוצטער ניק.
מאמר החכם: די זעלבע שרשים, עיקרים און פראבלעמען חזר'ן זיך כסדר איבער, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל.
ואני אומר: לאמיר אננעמען אז אידישקייט איז אייביג געפארן אויף דעם מהלך. פון א רבי אמאל ביז א רבי היינט. פון א שמוציגער פאליטיק ביז מחלוקת לשם שמים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 2794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 4:50 am

טאמבל סאס האט געשריבן:יואב איך האף אז דאס איז נישט דיין הויפט באנוצטער ניק.

זיי מסביר ביטע ?
“We must believe in free will, we have no choice“
Isaac Bashevis Singer —
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1373
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ביים רבי'נס טיש
האט שוין געלייקט: 5324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4191 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 28, 2013 5:19 am

ווי זאגט קופערניקוס, עפעס איז מיט די לופט...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 4748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3828 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » זונטאג אפריל 28, 2013 8:06 am

גוד לאק "יואב".

פין עקספיריענס קעניך זאגען אז זר איז א קשה לרצות, טעיק איט איזי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1554 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג אפריל 28, 2013 9:21 am

יואב האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:יואב איך האף אז דאס איז נישט דיין הויפט באנוצטער ניק.

זיי מסביר ביטע ?

ווייל ווען מ'טשעפעט איינעם טוט מען עס נישט מיט'ן מערסט-באנוצטן ניק. ;)
ווייל אפ' דאס איבערבעטן פאררעכט גאר ווינציג וואס מ'האט קאליע געמאכט.

ערשט יעצט האב איך געכאפט ווי ווייט דו האסט אים געטשעפעט...
מאמר החכם: די זעלבע שרשים, עיקרים און פראבלעמען חזר'ן זיך כסדר איבער, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל.
ואני אומר: לאמיר אננעמען אז אידישקייט איז אייביג געפארן אויף דעם מהלך. פון א רבי אמאל ביז א רבי היינט. פון א שמוציגער פאליטיק ביז מחלוקת לשם שמים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1723
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 2794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1803 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אפריל 28, 2013 10:30 am

איחוד פעלד האט געשריבן:גוד לאק "יואב".

פין עקספיריענס קעניך זאגען אז זר איז א קשה לרצות, טעיק איט איזי.

ורמינהו,

איחוד פעלד האט געשריבן:
דורך משה געציל: שמעקעדיג... דאכט זיך אז איך האב נאכנישט געזען קיין איין קאנטערוועסיאלע תגובה פון דיר...


מיט אלע מעלות בין איך מסכים, חוץ דאס, דעס איז א חסרון לדעתי, והמ"י.

:cry:



איחוד, מעיק אפ יור מיינד, איז שרייבן קאנטרעווערסיאלע תגובות און זיך פייטן מיט אנדערע א גוטע זאך, אדער איז עס גאר א חסרון?
קאווע שטעטל - דער ענטפער צו די חינוך און פרנסה פראבלעמען!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11925
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 11259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12207 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג אפריל 28, 2013 12:52 pm

ויש לומר,דסתירה הנ״ל זה גם אחד מהודעות קאנטרוואלית דיש לו מעלה יתירה לאיחוד.

אי נמי כאן במילי דשמיא כאן במילי דעלמא.
איך בין פארנומען זאגן פאר דיע, נישט צו זיין אזוי פארנומען זאגן פאר אנדערע, זיי זאלן נישט זיין אזוי פארנומען מיט יענעם.
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2846
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3775 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג אפריל 28, 2013 10:02 pm

אזויפיל קען איך יא זאגן אז דער אויבערשטער האט ליב דעם גרעסטן רשע מער ווי וויפיל זר האט ליב דעם גרעסטן ארוני, און מיר קען זיך אלע לערנען פון זיין אהבת ישראל און סבר פנים יפות. א ריכטיגער בולם פיו בשעת מריבה, איך געדענק נישט אזש זר זאל איינעם דא האבן אמאל אריינגעזאגט (אויסער ווען ס'איז זיך יענעם געקומען פארשטייט זיך, למשל אז ער מאכט נישט קיין פינטעלעך...... דאבל דאוס פאר דיר זר).
און לאמיר זיך אלע איינ'חזר'ן די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי ביומא דהילולא קדישא (פארדאן מי מיסטער שיטה):
מאן דהוא זר איהי רב!!!
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1811 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2283 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אפריל 28, 2013 10:11 pm

יואב האט געשריבן:איבעראל קומט ער אן אין צייט, און הגם ער איז נישט דעם שטיקל פלייש...

זר האט א גוט קעפל, אבער איז פויל צו שטודירן תורה

נו יואב, קענסט שוין אנהייבן דיין פרישן איבערבעטונגס אשכול

:oops: :cry: :oops: :cry:

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אפריל 28, 2013 10:19 pm

אבער יואב, איך מוז דיר באדאנקען פאר די אלע גוטע ווערטער וואס וועגט איבער....... -- האט זיך זיכער געלוינט דאס ערשטען פליק פאר אזא גוטס. גיי איך טרייען טו ליוו אפ צו דע אלע שיינע קאמפלימענטן וואס האסט מיר צוגעטיילט אזוי בריוח! דאנקען שעהן, און איך האף נאך איין טאג צו פארשטיין צו וויין, און צו האבן געסט ביי מיין שבת טיש. דו וועסט זיין מיין ערשטער גאסט,,, יואב יו אר די מען!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג אפריל 28, 2013 10:23 pm

זר זהב האט געשריבן:אבער יואב, איך מוז דיר באדאנקען פאר די אלע גוטע ווערטער וואס וועגט איבער....... -- האט זיך זיכער געלוינט דאס ערשטען פליק פאר אזא גוטס. גיי איך טרייען טו ליוו אפ צו דע אלע שיינע קאמפלימענטן וואס האסט מיר צוגעטיילט אזוי בריוח! דאנקען שעהן, און איך האף נאך איין טאג צו פארשטיין צו וויין, און צו האבן געסט ביי מיין שבת טיש. דו וועסט זיין מיין ערשטער גאסט,,, יואב יו אר די מען!


דאס בין איך דאך אויך מודה, אז איר פארשטייט נישט צו וויין. :ugeek:
“We must believe in free will, we have no choice“
Isaac Bashevis Singer —
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1373
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ביים רבי'נס טיש
האט שוין געלייקט: 5324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4191 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אפריל 28, 2013 10:24 pm

און מיינסט נאך אז איך וועל קויפן אויב איך פארשטיי נישט דערצו? נעה..
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9458
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4091 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron