א בריוו צו מיינע קאלעגעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

א בריוו צו מיינע קאלעגעס

שליחה דורך ממי_שאמרו »

צו מיינע טייערע ברודער און קאלעגעס.

עס איז נישט קיין סוד ווי שטארק איך האב ליב די פלאץ דא, מער ווי סיי וועלכע פלאץ אויפן אינטערנעט. איך האב זיך איינגעקויפט ידיעות וועלכע איז מיר זייער אינטערעסאנט, איך האב געשמייכלט און געלאכט פון אסאך תגובות. וכמים פנים אל פנים, דאכט זיך מיר אז די עולם דא האט שטארק הנאה געהאט פון מיר.

זייענדיג אין מירון דאס יאר, אזוי אויפן וועג ארויף צום מערה מיט מיין טלית ותפילין צו דאווענען שחרית האב איך אזוי געטראכט צו מיר:

צו האט קאווע שטיבל אוועקגענומען צייט פון מיין ווייב? ליידער יא.
צו האט קאווע שטיבל אוועקגענומען צייט פון מיינע קינדער? ליידער יא.
צו האט קאווע שטיבל אוועקגענומען צייט פון מיין פרנסה? ליידער יא.
צו האט קאווע שטיבל געמאכט אז איך זאל זיין אויפן אינטערנעט מער ווי איך דארף? ליידער יא


פון די אנדערע זייט:

צו האט קאווע שטיבל ארויסגעברענגט כוחות וואס איך האב נישט געוואוסט אז איך האב? ב"ה אז יא
צו האט קאווע שטיבל בארייכט מיינע ידיעות? ב"ה אז יא
צו איז קאווע שטיבל געווען א פלאץ זיך אויסצוליפטערן? ב"ה אז יא.
האב איך זיך באקענט מיט געוואלדיגע גוטע מענטשן דא, איינעם מער און איינעם ווייניגער? ב"ה אז יא.

במילא איך האב נישט געוואוסט וואס צו טראכן, צו איז עס גוט פאר מיר צו נישט? צו איז עס כדאי צו נישט.

במילא בין איך געקומען צו א מסקנה, לטובת מיין ווייב, מיינע קינדער, פרנסה, און אידישקייט וויל איך נעמען א שטיקל ברעיק פון שרייבן. דהיינו, איך וועל נאך ליינען פון דא און דארט, גיבן לייקס דא און דארט און אפשר אריינווארפן א תגובה'לע ווי איך שפיר אז עס איז וויכטיג. אבער איך וויל זעהן צו איך קען זיין אויסגעטוהן און נישט אריינגעטוהן אינעם שטיבל ראשי ורובו ביז נאך שבועות.

פאר דריי וואכן וויל איך מאכן א פראבע פאר מיר אליינס, איך וויל מיר קענען פראוון אז איך קען דאס יא באווייזן.

איך פארשטיי אז נישט יעדער דא וועט מיר פארשטיין, אבער איך דארף טוהן פאר מיר וואס עס איז די בעסטע פאר מיר.

צום ווידערזעהן אי"ה מוצאי יו"ט.

און א גרויסן ייש"כ פאר פארשטיין
ממי שאמרו
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר