ל"ג בעומר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

ל"ג בעומר

שליחה דורך פרישער »

ל"ג בעומר

ס'איז דא א מנהג הלכה אדער קבלה בלב מדור דור, אז מפרייט זיך ביי הלולא דרבן שמעון בר יוחי, לעצטענס זעי איך אז די מנהג האט גענימען א נייעם פורם, ממש סאיז ארויס פין אלע גבולים, עס איז נתגלה געווארן עפעס פרישע הערות אין דעים ענין, עפעס דער עולם האט זיך גענימען צי רבן שמעון מיט אזעלכע כוחות אז עס שטייגט איבער אלע שמחת ביי כלל ישראל.

די חידיש איז וואס האט פאסירט אין די לעצטע פאר יארן אז די שמחת ל"ג בעומר האט אזוי אויפגעפלאמט ביי אינז אין די גלות לענדער, מ'האמער גענימען מאכן פייער'ס אויף יעדן ווינקל פינעם שטראז אז ס'זאל זיין רואין זה את זה, קליינע פייערלעך הייבן זיך אן מחובר לקרקע, ווי גרעסערער עולם עס איז ערווארטעט ביים הדלקה אלס העכער פינעם אדמת ניכר מיז עס זיין, ביי די גאר גרויסע מיזמן דינגען טשערי פיקער אינטער צי הייבן דעים פייער צינדער ביז גאר נאנט צים שטיק פעטס וואס גייט בקרוב פלאקערען לכבוד התנה אלוקי.

סיז דא אנדערע ענינים ביי כלל ישראל וואס מזעיט אז ס'האט באקימען מער א חשיבות ווי צעין פיפצען יאר ציריק, למשל יעדער וואס זיין געבארץ טאג איז פאר די אכציגער יארן, אפילו ער געדעינקט נישט דעים בעל ויואל משה נאר דעים ברך, העט וויסן צי זאגען אז מ'פלעיגט עסן מילכיגס שביעות, אדער אז מ'מאכט אזא טימל אז גאנצענע פירמעס דרייען זיך איבער מיט די מילכיגע מעניו איז א נייער דערהער, אויך די בלימען געשעפטן מאכן א געפילדער פין די בלעטער שביעות, וואס מיר פלעיגן אלס קינד סך הכל אראף פליקן פין א דערנעיבנדיגע בוים אין ארים קלעיבן די דירה מיט צעין צווייגלעך, היינט ציטאג איז די בלימען געשעפט שביעות א גאנצע מעשה, אזש אז סאיז א וויכטיגע צוועק מגייט ארים זיכען א ספאנסער אויס שטאפירן קערבער מיט בלימען לכבוד שביעות פאר א תלמיד חכם א בנן של קדושים, מ'מאכט שוין פאר די זוכים א יששכר זבילון געשעפט.

אבער נא סיז נאך אלס נישט עכט אפיציעל, סיז נאר א ווירקזאמער מיטל פין די אקציע'ס פין געניטע בלימען געשעפטן, וואס טיען מאכן טימלעך פאר וואכן לאנג וועיגן די בלימען, ממיז קויפן פאר עלטערן זיידעס באבעס פאר אלע מחותנים, אסאך טייערער פין פורים אריין גערעכנט צדקות, יעדע שלחמנות פין בלימען קאסט א מאה וחצי, אבער מ'מעיג עס נעמען פין מעות מעשר האבן זיי קאנווינצט דעים עולם, מאיז עס מרמז מיט פסיקים למשל כולל בלימען געשעפט, ס'געלט גייט פאר א חשובה צדקה צוועק, מיט דעים וואס איר קויפט דא בלימען ווערן אן א שיעור חולי ישראל געהיילט, ממיינט אז סאיז מקובל מדור דור אז ממיז געיבן די ריווח פין די בלימען פאר עניי עירך לקיים מה שנאמר וחי אחיך עמך, אין טאקע סיז פארהאן א בלים טשעין וואז האצעך א נאמען געגעין די וחי אחיך בלים געשעפט אויף אייער קארנער, אין ווען סווערט נעינטער צי שביעות, שלושת ימי הגבלה ווירבעלט זיך אין יעדע ווינקעל א דיספאזעבל בלים געזעמל מיט לייכטע מוזיק פין די לעצטע סידי לכבוד קבלות התורה, אבער דעיס קימערט מיך נישט ווייל דאס איז ביזנעס אין אויף סאקסעס פרעיגט מען נישט קיין שאלות.

אבער ווען סקימט צי ל"ג בעומר זעיען מיר אז סאיז נתחדש געווארן א גענצליך נייע יום טוב ביי כלל ישראל, ממש יעדע רבי אין זיין שילעכל מאכט מעטעמים פין דעים, ממאכט פארענטשעס על מנת שתעלה לרקיע, מ'שמיסט אף מיט די לאקאלע אינסטאנצען אז משפארט אף די גרעסטע גאס שייך, פאר ווי לאנג סלאצעך, ממש אלע הלכות פין וויזוי די טענץ זאלן ציגיין, סארא אינסטערמענטן סזאלען זיין, סמיז זיין א קלארינעט, אין סאיז חשובער אויב ער קען הייסן חיליק, ווייל ס'ווערט אזוי קלאר געברעינגט, טאמער נישט מיז ער שפילען אזוי ווי עים גענוי בלי שום שינוי, די שריפה האט א הקדמה מיט א עת התעוררת ווי מזינגט די נעניום נגינום וואס מפלעיגט זינגען אויף די חרדים שמחת תורה, אין בשעת דער רבי צינט אן די הדלקה גייט עס קיינמאל נישט גלייך ס'נעמט עפעס אפנארמאל לאנג, ווי לאנג דאס פייער כאפצעך אן, ממש מ'זעיט גרויסע ענינים אזוי ווי ביי די שברים‘ס וואס קימען אנשטאץ די תקועה'ס, מזעיט קליף אין קלאר ווי די רבי אמפערצעך מיטן שטן אין די יעניגע, אין נאר מיט די זכותים פינעם עולם'ס גרויס עקטאז, וואס דער עולם שפרינגט אזוי לכבוד התנה, נאר אזוי זענען מיר זוכה אז די הדלקה צינט זיך אן.

אין ווען ס'ברענט שוין ב"ה, גייט די רבי ארויס מיט אזוינע הילכיגע טענץ, אזש אז ער מיז לאדענען צוויי פרישע גבאים, אחד מימנו משמול ישראל, ואחד שכל את ידו מימינו השני שהוא שמולו, גיי ווייס פארוואס די נייע אויסדערוועילטע גבאים מיזן זיין גרויסע עשירים וואס האבען אין די מליאנען, אין די געוועינליכע גבאים טויגען נישט פאר אזעלכע גרויסע כוונות, ווער ווייסט צי ס'האט אפשר ציטיען מיט די פאפעראצים וואס כאפן די בילדער נאכנאנד, די זעלביגע הלכות שפילן זיך אף ממש ביי איעדע רבי, מפוילט קודם מיט בייזן, מ'גיסט איילבירט אויל פין די אויבירשטע פינעם שטייסל, מ'צינט, מעקספלאדירט מיט טענץ, עשירים, בילדער כאפער, שטייעדיגע מיט בליצען, אין ריקעדיגע פארן יו טוב, נאר אוועילעבל אויף די געפילטערטע, טוויץ יעדע דריי ביז פיער מעניט, דארעכאויס די מעמד הנורה, אין לסיום המעמיד איז די אלע הפעות אין די יוד בלאט וואך אין כל העולם כילו אין אויף די אינטערוועלט, אזוי ווי עס וואלט וועין געוועין קלאר געשריבן אדער אזוי מקובל איש מפי קיש, אין מקען ממש פין פאראויס וויסען וואס עס גייט פאסירן וועלכע ניגון מ'גייט זינגען סיז דא אפילו רבי'ס וואס מ'קען וויסן ווי זיי גייען חלישען, אין די גבאים וואס וויסן דארפען ביי יענעם מאמענט אנכאפען שטערקער כדי מזאל נישט זאגן רבם דחפים, איך ווייס נישט צי די רבנים זענען נאכגעקימן די פארלאנג פינעם ציבור צי פארקערט.

אבער וואס סיז פלאי פלאים פארוואס פינקט די רבי פין די גרעסטע קהילה קדושה אין וויליאמסבורג, עקשנ'צעך אזאנץ אז ער וויל נאך נישט מגלה זיין די סודות וואס רינען ארויס דארך אנדערע רבנים, אויב וועט ער נישט ארויס קימען ביז א יאהר וועט ער עס באוויינען לעולם ועד, זאלער מיר נישט איינרעדן אז סיניש דא אין דעים קיין געלט אדער העכערס בשעת אלע היינטיגע זענען קלאר חולק. אין סיז בטלן דעתו.

דעיס איז מיט די רבי'ס זיי קענען אינז זאגען וואס ספאלט זיי איין, צי ווייל אזוי ווילעך אין אזוי העט זיין, צי ווייל זיי האבען געקריגען א כריז מן שמיא, אבער דעם עולם וויזוי האט זיך עס אזוי געטוישט אז דער עולם עקסטאזט אזוי, די המון עם האט עפעס באקימען א ספעציעלע געפיעל פאר רעב שמעונען דעיס מיזען מען דערגיין, קען זיין מיר זענען וויקטמים פין די חי רוטל משקע מארקעטיניג קאמפיין, אדער אולי פין די אלע גורלות וואס מקען כסדר געווינען טיקעץ קיין ארץ ישראל אויף לג בעומר ממילה פאלט דער עולם וואס בלייבט דאהו ביי די געמיטער, מיילע טרייסט מען זיך אז דא איז אויך לעיבעדיג, אלענפאס וואס וואלטען מיר וועין געטיען ווען מוואלט וועין גוזר טענת געוועין אדער געמאכט דערפין א יום תפילה, וואלט וועין געוועין פיעל ארגער טא וואס ארט מיר אז מגייט ל"ג בעומר אויף א טריף מהערט מוזיק, סא איך בין אין סגייט מיך שוין גארניש אן אבי מלעיבט, אפילו עס איז צייטווייליג, ווייל ווען די זין גייט אינטער גייט מען פין הוד צי יסוד אין יסוד איז שוין פראבלעמטיש.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר