ביציקלעך - חוקת הגוי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

ביציקלעך - חוקת הגוי

שליחה דורך פרישער »

ביציקלעך - חקת הגוי

מ'קען שוין היינט נישט גיין קיין שריט און טריט אן זען אז זיי ווילן איינרייסן באנונז ביציקלעך, ווי מ'רירצעך איז דא באשטימטע ביציקל שטעגן, מ'טאר דארט נישט שטיין, פארן אדער רייטן נאר מיט א בייק, למעשה קיין איין קלומערשטע מאנסביל וואס פאריפצעך א נארמאלער חסידישער אינגערמאן, פארט נישט קיין בייק, מיט א תירוץ אז סיז חוקת הגוי,עס איז גויאיש, למעשה בין איך ביי די מיינונג אז די סיבה וואס א נארמאלער מענטש פארט נישט דעם בייק איז ווייל טב למיתב פאנזי מלמיתב כרמלת, אויב נעמט ער א בייק איז כאילו נוטל את נפשו, ואין לו חלק בעולם הזה ולעולם הבא, אין דאכצעך אז מ'וועט נכשל ווערן אינעם אותו ואת בנו לא תשחטו, ואת בן בנו קל וחומר מבנו, ווייל מיט דעם צוברעכט מען די מוסדות וואס די רבי האט אזאנס געשוויצט, מ'באקט אונז אן פון קינדווייז אן אז סאטמער איז פרים ווייל די מנהל האלט דרשות פיער מאל אין יאר וועגן דעם שייגעץ בייק אז סיז חוקת הגוי, אין די צעילימע און די ווינע זענען מאדערנער ווייל זיי מאכן נישט קיין וועיזן וועגן דעים בייק מעשה.

איך מוז אריין קוקען מיט א טיפערן בליק וואס איז דאס חוקת הגוי, ווען קען א זאך ווערן אנגערופן א גויאיש געזעץ, מ'זעט זאכען וואס קודם ברענגט עס ארויס די רבנים פון די כלים, זיי קענען נישט באגרייפן א געוויסע ענין, זיי זעהען כל מיני טומאה וחשד, און לייגען אין ח' אריין יעדען וואס טראכט פון אזא זאך, אבער די מציאות איז אז עס ווערט סוף כל סוף א נארמאלע זאך, קודם מוזן זיין עטליכע נחשונים וואס זענען זיך מקריב פארן צורך הכלל און בלייבן איבער לקברן בין משוגעים גמורים, אבער סוף כל סוף ברעכצעך עס אדורך און עס נארמאלעזירט זיך, אבער סיז דא די גאר הייליגע וואס רירן זיך נישט אוועק פון גארניש זיי בלייבן ביים אלטען, און ווילן נישט פון גארנישט וויסן, די וועלכע גייען מיט די ווייסע שאל אין טויזענט דעגרי, ווייל רעבערעב מיילעך האט געהאלטן אז מ'מיזעך אלעמאל מזכיר זיין יומא מיתה, סשטייטאך אינעם צעטעל קטן, אדער א רעשוואלקע אינדער וואכען ווייל זיי האבען שבעה ימי שבתא, יום שכולו שבת קודש, און האבען כסדר די נשמה יתירות און ווייסען נישט וואס אויפצוטוען דערמיט, און מ'מוז דאך מקיף זיין דעם ריזיגען גוף שלא לבייש את מי שאין לו, אף על פי כן איז נאך אלץ דא געוויסע זאכען וואס ווערן אריינגעריסן אפילו ביי די הייליגע,

אנגהויבן האצעכעס אז ביי וואס סיז מעכאניש, באקימען די רבנים א אלערגיקע רעאקציע, אנגעהויבן ביי די האנד זייגער, ווען סיז ארויס געקימען דער ערשטער האנד זייגער, האבן רבנים פין אותו זמנים געזעין דערין רק רע כל היום, אען ארויס בחרב חדה שחיטה מינחת, אבער היינטיגע צייטן קען מען עס אפילו באגרייפן פאר וואס נאר מיט א טאשן זייגער קען מען האבן רוח הקודש, פאר וואס האט דער שטן אויסגעקלויבט פאר זיין באנד א זייגער ווייזער אויפן ארעם, אפילו מען האט עס געזעקלט פון א פישקע האני קאמב, בילדער ווידערים איז געוועין ערגער ווי פסל מיכה, אין היינט איזעס איבעראל אויבן אן, ווייל די בליצען דערמאנען אין די מעמד הנבחר, פרידזשידער אין וואש מאשין דאכצעך אז אפילו די רעבעצען גייט נישט צום טייך מער, קען זיין ווייל כבוד הרב ציטערט אז זי וועט אומקומען דארט אויף קידוש השם ווען זי וועט כאפען א געלעגענהייט פטור צו ווערן פון אלעם, א קאר ווייטער איז שוין פארט דא עפעס חששות ביי די גאר הארבע, זיי שטייען אוועק פין דרייווען כמתחווי קשת, אבער ארומפארן טוען זיי בלויז אין די נייסטע מאדעלן מיט סייץ אין לייערען, גיי פארשטיי די חילוק, איז עס די גויס געזעץ אדער נישט, קען זיין ווייל זיי לאזן זיך אינסטאלירן די זעלבע פלארעסן לייט וואס געפינצעך נעיבן די שוויתי סיין ביי זייער עמוד,

אבער א בייק איז עק וועלט, פארוואס, סיז גארנישט מעכאניש סיז זייער אלטמאדיש, און דאך איז עס אסור אזוי ווי חזיר, אפשר ווייל סיז חסידיש צי קומען מיטן אדעסי אין שול מיט א גרויסן אחורייעם, קראזען צי קאפי אן לי אדער צום קאזען גריל אן לי, איז איידעל נאר אויב מ'האט א איידעלע חסידישע סייז צוויי און פופציגער הויזן, אז מ'מוז באהעפטן דעם הויזן צום גוף קודש מיט גאמי'נע הויזן טראגער וואס קען אונטערהאלטן דעים ברוקלינער בריק, ווייל מ'קעניש נעמען קיין שאנסען זיך צו טרעפן מיט די הויזן עלי אדמת נכר בשער בת רבים, ווען מ'האט די קאווע אין איין האנט און די ציגרעטל אין די אנדערע מיט די של ראש איינגעבויגען שטארק רעכטס, די דרויד זאל נישט חלילה ארויספאלן פונעם דאבל-טשין, אבער אויב העט ער האבן א ביציקל איז ער נכשל אין גיין אינעם גוי'ס געזעץ,

מ'קען דא דארך רעדן די אלע הלכות פין חוקת הגוי, אבער איך וויל נישט רעדן קיין הלכות אדער פסוקים ווייל מאנכע העלן נאך מיינען אז איך פארווערד דעם תפילת השל"ה אדער העלען ליינען בעת מנוחתם כבוד בעת טומאה, מיילע יהי נא בעיניהם כאילו, אבער איך האב יא דורך געטוען ס'ענין, אין איך זעה נישט קיין שום איסור פון חוקת הגוי דערין, נאר עפעס א פערזענליכע שנאה געווען פון רעב משה מנהל און אויך אנגערייצט די מנהלים עד היום הזה,

אבער ווי זיס העט וועין געווען ווען יעדער וואלט ווען גענוצט דעם ביציקל, און א קאר וואלט נאר געווען פאר די באהערדע, אדער מ'וואלט זיך באניצט דערמיט אזוי ווי מיר באניצען זיך מיט א עראפלאן, אבער לאקאל וואלט געווען איש על בייקיסו עם העלמעטיסו, און מיר וואלטען געזען א בייק לעין ווי א ישועה נישט ווי א גזירה נוראה אזוי ווי די גיוס בנים, איי ווי גוט ס'וואלט געווען ווען דער דיקליכער ציבור וואלט געוועין געזונטער אין דארער, אבער בשום אופן ס'וועט נישט פאסירן ווייל די בייזע העלען דאס נישט צולאזן.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר