איזהו גיבור? חיים נחום הלוי פריעד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

איזהו גיבור? חיים נחום הלוי פריעד

שליחה דורך בדחן »

גאו דעדי, קאווע שטיבל יצ״ו. היינט האבן מיר געהאט א זכיה אז עס האט זיך באוויזן א גאסט אין שטעטעל, מורינו חיים נחום הלוי שליט״א, דער חשובער גאסט האט אונז מגלה געווען זיין געוואלדיגע קבלה וואס ער האט זיך מקבל געווען א יאר צוריק ביים כינוס נישט צו פארברענגן מער אויפן אינטערנעט, די קבלה איז לכתחלה געווען געפלאנט נאר אויף א יאר און וויבאלד די יאר האט זיך גענדיגט האבן מיר אים צוריק.

עס אומעגליך אראפצושרייבען די גבורה פון מורינו אז ער האט געקענט אויספירען זיין קבלה און זיך האלטן דערצו מיט א פעסטקייט,
מיר אלע קענען זיך עפעס אפלערנען דערפון, ווייל כמעט יעדער מאכט פון צייט צו צייט החלטות זאכען וואס ער וויל איינפירען בגשמיות אדער ברוחניות אבער ווי געווענליך האלט עס נישט אן מער ווי א טאג צוויי א וואך מערסטענס א חודש, דא האבן מיר חיים נחום וואס האט איינגעהאלטן זיין קבלה פאר א גאנצע יאר!!!

יענע אשכול איז פארפארען צו די נעגאטיווע זייט - צו די פראבלעם פון די מערכה קעגן די אינטערנעט,
לאמיר ניצען די אשכול פאר די פאזעטיווע זייט פון חיים נחום׳ס קבלה,און זען ווי אזוי חיים נחום האט עס אויסגעפירט? וואס קען מען זיך ארויסנעמען דערפון? אא״וו, איך וועל שטעלן עטליכע פראגעס תן לחכם ויכם עוד.

ווען האסטע זיך פארגענימען די קבלה?
וואס האט דיר געמאכט זיך פארנעמן אזא דרייסטישע שריט? די קאמפיין אדער פערזענליכע זאכען?
ווי אזוי האסטע עס אנגעהויבן? אפגעהאקט די אינטערנעט סערוויס?
ווי אזוי האסטע עס דורוך געמאכט די ערשטע 24 שעה?
ווען איז געווען די שווערסטע פונקט? אנפאנג יאר אינמיטען יאר אדער צום סוף יאר?
וואס האט דיר געגעבן חיזוק אנצוגיין דערמיט?
וופיל מאל ביסטע אדורוך געפאלען? קיינמאל?
ווי אזוי איז דאס לעבן א יאר אנעם אינטערנעט?

וואס פארא לימוד דערפון האסטע איבערצוגעבן פאר׳ן ציבור? איז דא א געוויסע מהלך וואס קען דאס העלפן א מענטש זיך צו האלטן צו זיינע - היפוך הטבע - החלטות? ווי למשל ביי דייעט/ספענדען/מסודר/יודשקייט זאכען,אא״וו?

חיים נחום: לך בכוחך הזה והושעת את ישראל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר