ראדאשיץ - יומא דהילולא ח"י סיון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שערי שמים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

ראדאשיץ - יומא דהילולא ח"י סיון

שליחה דורך שערי שמים »

אזוי ווי עס קומט יעצט די יומא דהילולא פון די הייליגער ראדישיצער זי"ע וויל איך דא אראפברענגן אפאר מעשיות פון היינטעגע ישועות וואס כ'האב אליין מיטגעהאלטן.

זייענדיג איינע פון די יארן אויפ'ן ציון הקדוש אין טאג פונעם יארצייט ח"י סיון, האב איך געהערט פון איינער פון די אנוועזנדע א מורא'דיגע ישועה וואס ער האט פערזענליך בייגעוואוינט אין זכות פונעם הייליגן ראדשיצער.
עס האט ביי דעם איד פאסירט, אז איינער פון זיינע קינדער האבן ל"ע אויפגעהערט צו רעדן צוליב א שרעקליכע פחד און איבערלעבעניש וואס דאס קינד האט בייגעוואוינט.
דער איד איז געווען זייער דערשראקן און פארלוירן. ער האט זיך שטארק געפלאגט מיט'ן קינד און געגאנגען צו פארשידענע גרויסע דאקטוירים און טעראפיסטן, אבער קיינער האט נישט צופיל געקענט העלפן.
הערנדיג ווי עד היום הזה פועל'ן אידישע קינדער געוואלדיגע ישועות אין זכות פונעם הייליגן צדיק הסבא קדישא הרה"ק רבי ישכר בער מראדשיץ זי"ע, האט דער איד באשלאסן אז ער וועט פערזענליך פארן קיין ראדשיץ, איינצורייסן און מתפלל זיין ביים ציון הקדוש אין טאג פונעם יארצייט,
וואס כידוע קען מען אין אזא טאג גאר אסאך פועל'ן. דער איד האט זיך דארט אויסגעוויינט און מזכיר געווען זיין בקשה, און די ישועה האט ב"ה נישט געשעפעטיגט... א קורצע צייט דערויף, נאך זייענדיג אין ראדשיץ, האט ער באקומען א פרייליכע מעלדונג פון אויסלאנד, אז זיין קינד האט ב"ה צוריק אנגעהויבן צו רעדן כאחד אדם. כי מקח טוב נתתי לכם...
ס'איז מיר אמאל אויסגעקומען אז צוליב פריוואטע צוועקן האב איך געזוכט אפצוקויפן א געוויסע פראפערטי, וואס וואלט מיר זייער צוניץ געקומען און געווען א טובה. דער בעה"ב האט אבער נישט מסכים געווען, און וויפיל
איך האב נאר פרובירט איז עס נישט געגאנגען, און איך האב געהאט דערפון עגמת נפש.
אין יענע טעג בין איך געווען אויפ'ן ציון הקדוש אין ראדשיץ, האב איך פארגעלייגט מיין בקשה פאר'ן הייליגן צדיק, און מתפלל געווען אויף הצלחה אין דעם ענין, אז אלעס זאל זיך מיר פירן כשורה.
והיה לפלא, ווי א קורצע צייט דערויף באקום איך א טעלעפאן קאל פון יענעם, אז אזוי ווי ער איז יעצט אנגעוויזן אויף א גרויסן סכום געלט, איז ער מסכים מיר צו פארקויפן דעם שטח אויב איך ברענג אים דאס געלט ביז א געוויסע קורצע דאטום.
דער אייבערשטער האט געהאלפן, אז פונקט דעמאלטס האב איך געהאט גרייט דעם פארלאנגטן סכום. אינטערעסאנט איז אויך געווען, אז צווישן די פילע טשעקס האב איך געהאט א טשעק פון ישיבה תורת אמת ד'ראדשיץ אויפ'ן נאמען פונעם הייליגע'ן ראדשיצער, אזוי אז פון אלע סימנים האב איך קלאר געזען, ווי די ישועה קומט בכוחו ובזכותו פונעם הייליגן צדיק רבי ישכר בער מראדשיץ זי"ע.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר