שבועות קווענקלענישן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

שבועות קווענקלענישן

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'קומט שבועות. פיינעלי. מ'ווארט שוין אויף איר ממחרת השבת. גאנצע זיבן וואכן (געציילט און באשטעטיגט דורך גאנץ כלל ישראל). און די כהנים זענען שוין גרייט אויפצוהייבן, מקריב זיין די שעפסעלעך לכבוד די שתי הלחם!

סאונדט פאני? מעבי. אבער אזוי שטייט אין מיין תורה. – פאר אונז וואס זענען 2000 אפגערוקט פון די צייטן ווען אידישקייט האט זיך ארום געדרייט ארום מושגים וואס זענען שוואך-באקאנט און ווערן קוים דערמאנט אין טאג-טעגליכן געשפרעכן (טייטש פון שותא), איז שווער צו פארשטיין און זיך אריין לייגן אין זייער הויזן (וואס אגב, האבן זיי – אויסער די כהנים – נישט געהאט). "טהרה" "סנהדרין" "נזיר" "קדשים" "נגעים" זענען אמאל געווען ווערטער וואס זענען גענוצט געווארן כסדר, א שטייגער ווי אין היינטיגע שמועסערייען: "צניעות" "ליזענסק" "ציונות" "משב"ק" "מסורה" "קוויטל". וואו אין רד"ק אויף תנ"ך ווערט דערמאנט אזעלעכע ווערטער?

למיישע, אונז פייערען דעם יום-טוב אלץ זמן מתן תורתינו. און די קשיא פון די מג"א פארענטפערט מען שוין. אלעס דרייט זיך ארום די בלומען וואס זענען א זכר צו דעם בארג סיני, אינעם פוסטען מדבר, וואס האט זיך באקליידעט לכבוד דעם מאורע, אבער א מאורע, מיט שיינע רויזן און גראז. היות בלומען איז נישט צום עסען, און מען מוז דאך צופרידען שטעלן דעם הכל-מודים-לכם, און סתם עסען צוויי ברויט, לזכר שתי הלחם, איז נישט אזוי אינטערסאנט, וואס טוט מען? א איד גיט זיך אן עצה: מילכיג! נישט אלץ א זכר צו די ניין טעג, עה, חלילה. נאר אלץ א זכר פאר... ווער ווייסט? איך נישט. אויף מילכיג'ס אליינס זענען שוין געזאגט געווארן שיינע קרעפל פשט'לעך (בד"וו, לכאורה איז פעשטעל מלשון "פשט". אויב אזוי, איז דאך עיון-צריך, וואס האט "פשט" מיט "פעשעטעל"? ס'איז דאך ערד און הימל?). אבער אויף די טשאקלאד און סטראבעריס וואס מ'עסט אין גרויסען, האב איך נאך נישט געטראפן קיין טעם וואס זאל זיך זעצען אויף מיין הארץ. כ'האב גראדע ליעב טשאקלאד (יוצא מן הכלל די dark-bitter-parve-splenda-kosher-for-passover וואס דאס וואונשטעך פאר אלע יושבי חושך) סאו וואס זענען שוין די קווענקלנישן?

ס'איז די "תיקון ליל שבועות".

אין מיין אמאליגע צייטען, פלעג איך מיט געשמאק אוועק תיקון'ען, א נחת געווען צוצוקוקען (מאנכע האבן אפילו געוויזען אויף מיר מיט זייער פינגער: ער וועט נאך זיין א זאך...) ס'געפארן א מחיה, ערשט ביי די תרי"ג מצות האב איך אנגעהויבן צו האבן ספיקות.. אזויפיל מצוות? אבער וואס טוט מען נישט פאר א טבילה וואס איז א תיקון פאר דאס וואס מ'האט גענומען דעם מאחורי פאר די צייט? און אזוי האט זיך די נאכט גע'ענדיגט, כ'מיין, די טאג אנגעהויבן, אויפגעשטאנען צום דאווענען, הלל, אקדמות מיט א ברען, און אזוי שפעט נאכמיטאג, ווען איך בין שוין געווען גוט הונגעריג (דאס מיינט "לכם"?) האט מען זיך געזעצט צו א מילכיגע קידוש (וואס איז געווען מחיוב מיט נטילת ידים און המוציא לויט אלע דעות. נו, אבער מיר זענען נישט קיין גרים, וואס האבן מיר די שלחן ערוך א שייכות?). ווען איך בין שוין געווען גוט זאט, האט מען זיך – נאך א האלבע שעה, שטייטצעך – געזעצט צום סעודת החג! – כ'מיין ס'נישט קיין נייעס דאס, איר מיינט איך בין אייערס א ברידער, ניין, אלע אידישע הייזער גייען מער-ווייניגער אין דעם זעלבען סיסטעם.
סאו וואס זענען שוין די קווענקלנישן? וואס איז שוין ווייטער?

איז אזוי, צוויי זאכן. אלף: אויב מעג איך בארגן אויף א וויילע פון שיטה-מקובצת דעם אויסדרוק "שבועות כאראקטערזירט חסידים". יא, ס'שטייט פון פריערדיגע אז מ'זאל זיין אויף, און לערנען א גאנצע נאכט, ס'גראדע דא א מקור אויף דעם, און דער טעם... מ'דארף א טעם אויף יא צו לערנען? אויף ניטול זיכט מען שווארצע טעמים, אבער אויף יא צו לערנען? בפרט אין די טאג מתן תורה, וואס דארף מען א טעם? ס'קען נאר ארויסקומען גוטס פון דעם. – איי וועט איר פרעגן, אבער דאך, פארוואס עפעס אויף זיין א גאנצע נאכט וכו'? איז אזוי, די חסידים הראשונים וואס אויף זיי פארציילט מען דאס אויפזיין שבועות ביינאכט, זיי – לויט מיין השגה – אויפגעווען לתורה ולעבודה נישט נאר איין נאכט פון יאר, ס'איז ביי זיי געווען אן אפטע ערשיינונג, ממילא ווען ס'איז דער נאכט פון מתן תורה, האבן זיי געפילט, מרצונם, אז ס'איז רצוי והגון צו פארברענגען די נאכט מיט תורה.

און אזויווי אלע שיינע הנהגות און ענינים, וואס האבן לאגיק אין איר ערשטען דור, און דערנאך – ווען ס'ווערט א נחלת הכלל – ווערט זי נאקט און נאריש. אזוי איז אויך געשעהן צום דעם שבועות נאכט. גאנצעטע סטאדאס קופקעס פאפיטעס-שפייערס דרייען זיך אין די גאסען, פארוואס? ווייל "מ'דארף" זיין אויף! און ווען ס'קומט א קלוגע איד, מיט איצטלא דרבנות צוויי טויזענט, און נעמט צוזאמען די שמועסערס און פארציילט זיי א שיינע מעשה און פון דארט פארט ער ווייטער צו עניני דרש ומוסר, מתובל בפרד"ס, איבער סיי וועלכע ענין ס'זאל נאר זיין, קרומט מען מיט די נאז! משנה! נו, מסורה! מ'דארף זאגן "תיקון"! ידו על התחתונה! מדחי אל דחי! און נאך אזעלכע נוסחאות פון כותלי מאה שערים.

פערד וואס דו ביסט, דו זעהסט נישט אז די חברה האלטן נישט ביים מקיים זיין די מצות-עשה פון זאגן דעם "תיקון"? שמועסן לשון הרע איז בעסער? וואס קען זיין בעסער פון הערן א שיינע לייכטע שיעור פון א ת"ח יודע ספר? – אבער דאס זענען (אונז) חסידים, מ'טראכט נישט. אזוי איז עס. שבועות (אין די לעצטע 200 יאר) זאגט מען תיקון. ותו לא מדי.

דאס איז נאמבער אלף. פארדעם אליינס וואלט איך נישט אוועקגעגעבן מיין טייערע צייט זיך אויסצוגעבען בכתב מיינע קווענקעלנישן, אבער נאמבער בית, דאס נעמט איך שוין ארויס פון די כלים. (איך וועל דאס זאגן בקיצור, ווייל באריכות וועט דאס הארץ מיינע נישט איבערטראגן.)

דאס איז דער תוכן פונעם "תיקון". יאר יערליך, צוברעכט מיר דעם תיקון אויף פיצפיצלעך. וואס מער איך מוש די בלעטער, בראשית, שמות, .. יהושע שופטים... אלץ מער שווארץ ווערט דער מצב. איך – א איד פון די סאמע סלתה ושמנה, פון די לעצטע פארבליבענע אידן אשר לא כרעו לבלאט – זעה מיך ווי א פרעמדער, א צוגעקומענער, אן אויסלענדער, ממש א שטיקל מיסט. איך דערקען נישט – אויסער יואב און הדד-בן-בדד – די מענטשען דארט. איך בין סאך מער באקאנט וואו אלע קינדער און אייניקלעך פונעם ברך-משה זענען משמש ברבנות (אפילו איך בין נישט פון זיין קהילה), ווי דאס לעבן און שאפן פון די קעניגען פון מיין אייגען פאלק! בין איך נישט קיין איד? פארוואס האב איך נישט קיין חברים מיט נעמען על שמם אונזערע קעניגען? דאס גאנצע נ"ך איז מיר אזוי פרעמד, אז איך שעם זיך פון מיר אליינס.

פארוואס דווקא די שוואכערע איד איז זוכה אין די חידון תנ"ך העולמי? נ"ך איז עפעס אנגעשטעקט מיט תלמיד-טועה'ס? שבתי צבי? ס'נישט געשריבן על טהרת הקודש? כ'מעג נישט וויסן היסטוריה פון מיין אייגען פאלק?

איך זעה מיך נישט דארט.

און מיט אזא צובראכענקייט, וואספארא שמחת יום טוב איז שוין דא צו ערווארטען.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר