בלאט 1 פון 1

דארווין ביי קידוש

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:09 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ס'איז פרייטאג צו נאכטס, כ'האב נארוואס גענדיגט אפגעזינגען שלום-עליכם און אשת-חיל, אפגעזאגט ויהא-רעווא און איך בין גרייט אויף קידוש. מיין קליינער שווענקט מיר אויס דאס בעכער און לאזט איבער אביסעל וואסער כדי מזיגה. כ'שלעפ ארויס דעם ווייכן האלצערנעם טענענבוים שטאפער פונעם רויטן בורגענדי וויין פלאש און כ'שיט אריין דאס ביסל וואסער פונעם כוס אינעם פלאש און וחוזר חלילה גיס איך אריין דעם וויין אינעם בעכער. איך בין מהדק מיין גארטל אויף די לענדן; קרייזל מיר די פאות; פאררעכט מיין בערדל; כ'הייב אויף דעם כוס; איך שפיגל מיך אריין אין די וויין, ס'שיינט מיר צוריק א געשטאלט שלא מעלמא הדין, און איך טו א זינג מיטן פלאנטשע ניגון הידוע:

יום השישי ויכולו השמים והארץ...

און בשעת איך פלאנטעשע זיך אזוי מיטן פלאנטעשע תנועה, רוקט זיך אן צו מיר אן אומערווארטעטע גאסט: דער בעל-דבר בכבודו ובעצמו... באגלייט מיט נישט קיין אנדערן ווי דארווין! יא, יא, טשארליס דארווין פון די ביכער, דער טאטע פון עוואלוציע איז דא ביי מיר אין שטוב, מיטן גאנצע הדרת פנים; מיטן שיינעם פאטריאכאלישן לאנגע ווייסע בארד, שניי ווייסע וואנצעס, און לאנגן שווארצן מאנטל. איך טראכט צו מיר נאר א קאַפּל פעלט אים און ער זעהט אויס ווי א פארצייטישע איד.

איך ווארף א בליק פול מיט פאראכטונג אויפן שטן, ווי איינער זאל זאגן: וואס זוכסטו דא ביי מיר אין שטוב? האסט אפשר שוין געענדיגט מיט איוב? האסט שוין געפארטיג מיט רש"י'ס טאטע אדער מיט ר' אלימלך'ס מאמע אז דו האסט איבעריג צייט זיך צו נעמען צו מיינע ארימע ביינער? און וואס קומסטו אין באגלייטונג פון טשארליס דארווין, קענסט נישט אליינס די מלאכה? און וואס ווילט עטץ פון מיר האבן פרייטאג צו נאכטס ביי קידוש, זעהסט נישט אז איך בין פארנומען צו מאכן א קאָפּ שטימע מיטן פלאנטעשען תנועה?

זיי די שקצים מאכן זיך נישט וויסענדיג פון מיין מבול פון שאלות. דארווין שטעלט זיך נעבן דאס ווייב, און דער בעל דבר נעבן מיר און גלאצט מיר אריין אין די אויגן.. וואס זאל איך אייך זאגן, ס'האט זיך אנגעפאנגען א מלחמה כבדה, איך זאג יום השישי.. ויכל אלקים ביום השביעי און דארווין צועק כנגדי: יום השישי?! ויכל אלקים ביום השביעי?! דו ווייסט אפשר נישט אז דאס באשאף האט גענומען ביליאנען יארן, שלב נאך שלב, אלעס האט עוואלווד איינס פונעם צווייטען?

איך בין אויך נישט טומן ידי בצלחת, איך לאז מיך נישט, איך ענטפער אים: שגץ וואס דו ביסט! ס'איז נישט קיין שום סתירה! זאג נאר, זאג איך אים, האסט שוין געליינט למשל סליפקין?! סליפקין זאגט אז פרשת בראשית שילדערט נישט דעם וויסנשאפטליכן מציאות, נאר אלעגאריע.

נו, נו, מישט זיך דער בעל דבר אריין: אלע גדולים האבן דאך שוין געזאגט אז סליפקין וחבריו זענען טרייף ווי חַזיר; זיינע ספרים האבן א דין ספרי מינים. און אז דו האלטס אויך אזוי ביסטו אליין אן אפיקורס און א כופר. זאגט איך אים: אבער סליפיקן איז דאך באזירט אויפן שיטת רמב"ם נישט אזוי? נא, נא, ענטפערט מיר דער בעל דבר צוריק ווי א גאנצער תלמיד חכם, רמב"ם אהער רמב"ם אהין מהר"ל און נתיבות התורה האסטו שוין אמאל געלערנט? לויטן מהר"ל און רוב גדולי ישראל ההולכים לאורו איז סליפקין וההולכים בשיטתו ריכטיגע אפיקורסים!!!

איך געב נישט אזוי שנעל אויף, איך שריי צוריק מיט מיין לעצטע כוחות: וואס טוט זיך מיטן מאור עינים פון ר' עזריה מן האדומים וואס דינגט זיך אויפן מהר"ל? (עטץ ברויכטס האלטן קאפ אז דאס האט זיך אלעס אפגעטוען אינמיטען די פלאנטעשע קאפ שטימע).

א קיצור ס'איז געגאנגען אהער און אהין, בינו לבינו טראכט איך צו מיר: הייסט עס אז לויטן מהר"ל זענען מיר אלע סליפקיניקעס רעכטע אפיקורסים. אויב אזוי, רבונו של עולם! דאס וויין!!! דאס וויין ווערט דאך נסך!!!

עטץ דארפטס פארשטיין, דא בין איך מהדר ווי א בריסקער מחמיר צו מאכן קידוש נאר אויף יין שאינו מבושל, איך לאז מיך קאסטן אלע געלטער נאכצוקומען דעם חומרא, ועכשיו נמצא תקנתו זה קלקלתו! לויטן מהר"ל איז דער וויין פראסט נסך און מען האט נישט יוצא געווען קיין קידוש.

פאר מען גייט ווייטער וויל איך מסביר די געוואלדיגע פסיכאלאגישן דרוק וואס ליגט אונטער דעם ענין פון יין נסך. געבט'ס א קוק אז מ'זאגט למשל פאר איינעם: איר האט א דין פון א אפיקורס און אייער שחיטה איז פסול. וועט ער זאגן א געשעפט האב איך, העכסטענס אנשטאט א שוחט וועל איך ווערן א בעל מכשיר. אפילו פון די סטראשע אז אלץ כופר ווערט מען א פסולער מוהל און מ'קען מער נישט מכניס זיין א קינד בבריתו של אברהם אבינו, איז אויך א קנאפע עסק אנשטאט דעם כיבוד פון מל'ן וועט דער שיינער איד זוכן אנדערע כיבודים. דער כיבוד פון סנדקאות, צום ביישפיל, איז נישט אוועק צו מאכן. אפילו דעם אפשרעק אז מען ווערט חלילה א פסול לעדות דארף אויך נישט צעשאקלן דעם גרעסטען רבין ווייל ווער וויל דען זיין עדות? אויב עפעס וויל מען זיין דער מסדר קידושין, און פון דעם, תודה לקל, ווערט מען נישט געפסל'ט קיינמאל. אבער דאס אז מען איז מנסך יין דאס איז איינס און א גוטס דאס שרעקט אפ אפי' דעם גרעסטען קל. אויף איינמאל פילט מען זיך ווי א מנודה לקהל; מען קען נישט טרונקן ארבע כוסות; מ'קען נישט מאכן קידוש. און דאס ארגסטע איז נאך מ'איז גלייך מיט די חברה וואס ווען זיי קומען אריין ביי א שבת סעודה זאגט מען אראפ מיט די וויין ס'ווערט נסך! הערסט דארט, נעם אראפ דעם וויין פון טיש די זעהסט נישט אז דער ערל איז דא! איין באשעפער ווייסט וויפיל אפיקורסים זענען געבליבן פרום נאר וועגן דעם.

צוריק צום קידוש. איך ענדיג אפ מיין קידוש בחפזון. איך פאל אריין און מיין בענקעל ווי א איד פאלט אריין אין זיין זיץ נאך א מוסף שמונה עשרה פון יום כיפור. מיין פנים איז פארפלאמט ווי דער רעבע הושענא רבה. מיין בעקיטשע דורכגעווייקט ווי א חתן נאך זיין חתונה. און איך זאג פאר מיין ווייב, הער נאר! פון היינט און ווייטער קויף מען אין דעם הויז נאר יין-מבושל. איך וויל נישט זען קיין יין שאינו מבושל פאר די אויגן. זי שווייגט. וואס זאל זי זאגן? זי איז שוין צו געוואוינט צו מיינע קאפריזן און אויסברעכען. שוין, אז ער וויל יין מבושל וועט זיין יין מבושל.

אז איך פארצייל די מעשה פאר א ליטוואק פאנגט ער אן צו לומדות'ן צו די וויין איז טאקע נסך צו נישט, און צו מען קען נישט זאגן 'קים לי' ווי דער 'מאור עינים' אקעגן דעם מהר"ל אזוי ווי מען זאגט 'קים לי' ווי דער סמ"ע אקעגן דעם ש"ך אין חושן משפט, און צו מען איז טאקע נישט יוצא קידוש מיט יין נסך, און צו דער וויין ווערט נסך פארן מנסך אליינס און נאך אזעלעכע ענליכע חקירות און פשט'לך.

אבער אז איך פארצייל די מעשה פאר א חסידישע איד זאגט ער מיר: אה! וואספארא מעשה!! גיב אזא מעשה פארן הייליגן בארדיטשובער און ער וועט מאכן פון אזא מעשה אזעלעכע מטעמים אזש ער וועט קענען פוילן גוטס פאר אידן פאר א גאנצע יובל יארן. אכיה"ר.