כולל בין השמשות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

כולל בין השמשות

שליחה דורך פרישער »

כולל בין השמשות

מיט גרויס פרייד טיען מיר מעלדען אז לבקשת הציבור האבען מיר גיעפנט די טויערן פין אינזער נייעם כולל בין השמשות, וואס כשמו כן היא לא פחות ולא יותר, א געזעמל אינגעלייט וואס וועלן זיצען אין לערנען אין די צייט ווען עס איז בין השמשות, אין מיט דעים זוכה זיין צי באהעפטן די טעיג מיט די נעכט לערנענדיג די הייליגע תורה, מיט דעים כולל האבן מיר חשק מבטל צי זיין גזירת רעות וואס הויערט אופן ציבור החרידי, אויב זעיען מיר א גזירה רעה וואס האטצעך אדורך געגליטשט דעים סיסטעם, פין כולל תהילים אין כולל חצות, אויב א שווארצער וואלקען קימט ציגיין אין אינזער ריכטינג אין זיכט זיך צרות, קימט די מאסף לכל גזירות רעות, די הייליגע כולל בין השמשות, אין איז תיכף מבטל די ביטערע גזירה פין פאסירן.

ב"ה עד היום האבען מיר שוין געזעין גרויסע זאכען צעינליגע דאקאמענטירטע ביטערע גזירות נוראות האבן געלויערט אויף אינזערע קעף, אין אויף די קעף פין אינזערע קינדער אין קינד'ס קינדער, אין מיר האבען עס באוויזען מיט די געטליכע כוחות פין בין השמשות מבטל צי זיין כעפרא דערעא, אין היות די נאך פראגע איז גרויס וועלן מיר ביי דעי געלעיגנהייט עס מפרסם זיין, קודם ווילן מיר געיבן דאס ווארט פאר איינע פין די מייסדם פינעם טייערן כולל זאלט איר עס הערן פין איהם גראד אן קיין אצבע אמצעי.

היות מיר האבען זיך אימגעקיקט אין געזעין אז ברוך השם רוב ריבן גזירת רעות זענען שוין בטיל ומביטל, נאך ווען די גזירה רעה איז אויסער די שטאט, אין די איבריגע גזירות וואס קימען אויף אין די לעצטע מיניט, אויף די אלע אויבער חכמים, וואס זענען נישט ירא וחרד את דבר יום ביומו, די אלע געשרייען אין מופתים גיליום וואס מיר ציטירען יעדען טאג אין אויך שבת, אין מיר גיבען אויס אויף דעים שווערע צעינליגע טויזענטער דאלארן, אין יעדע פאפיר וואס ליפטערט מזל טוב'ס אין קלעסיפיידס פין ביליגע דירות, פאלען צי אייערע טויבע אוירען, איר מאכט אייך נישט זעינדיג, איר היפט אריבער די טפח ליומי וואס מיר נעמען ארויס פאר אייערעט וועיגן אינם דבר וחצי דבר, גיט מארגען, אין אזוי ווייטער,  נאר ווען די צרה איז שוין דא דעמאלט ריפען זיי ערשט אריין, פאר א ביטול גזירה דחוף, זיי כאפען זיך ביים קאף די ביטערע פארפאסעניש, זיי מיינען אז מען פארפאסט דעיס איז אזוי ווי מפארפאסט זמן קרישמע, אין ווי מיר זעיען טאקע, אפילו מיר וואלטען געקענט נעמען א מנה יפה טיען מיר דאס נישט, אין די כוללים איש בשמם יתברכו העלפט זיי ארויס מיט א באלדיגע ישועה אין א ביטל הגזירה נוראה, אין ב"ה די אינגע לייט קענען פין אזעלכע חכמים מוצה יום זיין, אין מפרנס זיין די עוללים שואגים לטרף הושענה.

אבער מיט די צייט האבען מיר באמערקט אז עטליכע ענינם האבען זיך געטוישט קודם כל מיר לויפן אויס פין ניסים, מיר פראבירן איבער ציגיין די ליסטע פין ניסים, אין איבער ניצן די ניסים מיט נייע נעימען וואס האט שוין איינמאל פאסירט, אבער ס'כאפט נישט מער, אין מער קרעדיט קארטלעך ווערן פארמאכט, דער עולם האט איינגעזעין אז אזוי ווי מען ווערט געהאלפן די לעצטע מיניט אויך, מיילע איז א שאד זיך איינצישרייבן, אין אויך באמערקן מיר אז די חומה פין תהילים אין חצות איז צי קליין אין א צייט פין א שטארם ווינט, אין אזוי ווי מיר קימען כסדר אויף מיט נייע פראטענטן אינטער צי קויפן די שלעכטע מלאכים, וואס ווילן אינז טיען נאר אלדאס בייז, זענען מיר אויפ געקימען מיט א נייע פלאן מיר וועלן צישטעלן טייערע אינגעלייט פין די גאר איידעלע סארט, אינגעלייט בעלי כשרון, זיי זאלן מחבר זיין יום ולילה מיט תורה, וואס איז דאך באוויסט אז די וואס זענען מחבר דעים יום מיטן לילה מיט תורה זענען מגין אויפן גאנצען דור, אזוי ווי עס ברעינגען אלע ספרים הקדושים שאים היינו יודע עד היכן הדברים מגיעים היה כל אדם מוסר את נפשו ומאודו בשביל חיביר יום ולילה בתורה, זעיט עץ דאך קלאר אז סיז חשוב ביי הקב"ה, אין ווען דער אויבישטער זעיט אז מיר זענען מחבר יום ולילה ריפט ער צאם זיינע מלאכים אין זאגט צי זיי בזה הלשון חזי בני שמיחדים יממא ולילתא בתורתי בביני השמשתא, בשעה שאני יושב וגוזר גזירתא קשישתא, בעת החיבור יממא ולילתא הן קורעין כל הגזירות לגזרין, ומפזרין על שבע יממיא, וכל אחד ואחד מפמליא דלהון ודילכון יושבים וטועמין ספיריא פליישיא  קיגליא ופיקליא, אינהון לומדין ומוסרין נפשיא על אפיא ועל חמתיא של מלאכי חבליא. ובוטלין גזריא, עכ"ל, איבער געזעצט אין אידיש, ממיז געיבן די קרעדיט קארד פאר די נויטיגע ענין, אן פרעגען קיין איין איינציגע פראגען, אויב נישט וועט זיין ביטער ווי מרור בלי חרוסת,

אין איצט אז מיר ווייסען שוין אין גלייבען שוין די נויטיגקייט פין די כולל בלייבט נאר איבער צי ברעינגען עטליכע עדים נאמנים וואס זאגען עדית אויף די אפענע זאכען וואס זיי בדידם הוי העובדה, ובזה החילו, געוועין א אינגער מאן וואס האט יארן נישט געהאט קיין קינדער אין ער איז געוועין גאר ציבראכען כחרס הנשבר, אין ער איז שוין געוועין א מעמבער אין אלע געוועינטליכע כוללים, אין עס האט גארנישט געהאלפן אזוי זענען נעבעך א דורך געלאפן חדשים אכט ביז ניין האט ער זיך מישב געוועין איין טאג ביי נאכט מאל, פארוואס זאל איך נישט פראבירן אריין צי ריפען דעים כולל בין השמשות, אומר ועושה געזאגט אין געטיען, ער איז נישט פין די וואס פלאנען פאר צי לאנג, אין האט דערנאך חרטה, מדארף פראבירן, שוין ב"ה געסווייפט דאס קארטעל, זיין נאמען לויפט שוין אין די סיסטעים פין די כולל, אין עס בלייבט נאר צי אויסווארטן די גיטע בשורה אז עס איז דא נייעס, וכך הוה נאך נישט אדורך א וואך פין בין השמשת'ן אין עס איז ביי עים געבוירן געווארן א אינגעלע למזל טוב והיא לפלה, אבער כילם פה אחד צייגען אן דעי מופס צי די זכיתים פינעם הייליגען כולל בין השמשות.

אזוי זענען דא ניסים על גבי ניסים געניג פאר יעדען טאג א נס ביז מיר וועלן ארויס קימען מיט נייע מהלכים ווי אזוי ארויס ציפרעסן דאס געלט פין אייער טאש אין אריין טראנספערירן צינינז אין די קעשענע, אפשר א כולל פאר די מחמירים אויף לא יום ולא לילה, אבער דערווייל ווערט שוין בין השמשות אין איך מיז גיין צייכענען די אינגעלייט זעין וועיגן וועים עס קימט נישט די ציגעזאגטע ישועות, אין אפירקראצען א ברענד ניו מופס פאר די דעד ליין פינם דבר יום ביומו ריקט זיך אינטער.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר