פותחין בכבוד האכסניא.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

פותחין בכבוד האכסניא.

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג מאי 26, 2013 1:00 am

איך האלט שוין ביים צוויי הונדערטסן הודעה בעז"ה, און כ'האבן ליידער נאך נישט מקיים געווען א פשוטע חז"ל. חז"ל זאגן 'פותחין געווען בכבוד האכסניא', אין אידיש מיינט דאס אז מען קומט אויפ א פלאץ איז די ערשטע זאך באדאנקט מען זיך פארן גאסט געבער. למשל אז אידן קומען זיך צוזאם אין מעטלייף פאר א דף היומי סיום וואלט געווען פאסיג אז דער פותח הערב, הרב סאלאמאן שליט"א, זאל אדרעסירן דעם צוות פון מעט לייף אויף די געוואלדיגע אכסניא וואס זיי האבן אהער געשטעלט און אלעס קלאפט על צד היותר טוב לשביעות רצון פון אלע משתתפים. אדער לדוגמא ביי די אינטערנעט אסיפה אין סיטי פעלד וואלט געווען נישט מער ווי נארמאל אז בעפאר דער זשיבויער רב פאנגט אן צו רעדען פונעם אינטער-נעעעט און די נעלאגן וואלט ער קודם געברויכט זיך הערצליך באדאנקן פאר די באערדע און איינגעשטעלטע פונעם מעט לייף סטעדיום פאליציי וכו' פארן איבערמידליכן ארבעט אז אלעס זאל קלאפן ווי א זייגער. נאר איך פארשטיי אז דארט קומען מיר באוואפענט מיט א צווייטע חז"ל פון: כל מה שעשו לכבוד עצמם עשו, ממילא קומט זיך זיי איין גרויסע שטויס פון אונטען ובזה יצאנו ידי חובתינו .

אבער דא אין קאווע שטיבל איז נישט שייך די תירוץ פון כל מה שעשו לכבוד עצמם עשו וואלט מען ווען יא געדארפט פותח זיין בכבוד האכסניא שוין ביים ערשטן תגובה און נישט ביים צוויי הונדרעטסן. נאר די וועלט זאגט 'בעסער שפעט ווי קיינמאל' און בכה"ג פסקנן מער אז מען זאגט נישט 'עבר זמנו בטל קרבנו'. און בכלל זייט אידן האב געהערט אויפן בארג סיני 'אין מוקדם ומאוחר בתורה' האבן מיר פארלוירן די חשבון אויף צייט, און מיר זענען למעלה מן הזמן, איז ממילא זאל זיך ענק דאכטן אז איך האלט נאך ביים ערשטן תגובה.

דער אמת איז אז מען וויל באזינגען אונזער אכסניא, קען מען דאס באזינגען מיט כל מיני שירים ומזמורים. איך קען אבער נישט אלע ניגונים, און איך קען נישט אלע תנועות, וועל איך נאר זינגען מיט מיין הייזעריגע שטימע א קליינע תנועה'לע און די ים פון תנועות וואס עס איז פארהאן, ויהי רצון שיעלה יפה.

און מיינע אויגן איז די סאמע גרעסטע מעלה פון אונזער שטיבל דאס, אז דא איז מען ביכולת אראפנעמען אביסל די שווערע מלבושים און אייזענע קייטן וואס אונזער סביבה האט אונז אנגעקלייד פון קליין-ווייז אן, און ווי עלטער מען ווערט אלץ מער ווערט די מלבושים און אלץ שווער ווערן די קייטן. און אלס א פועל יוצא זענען מיר געצווינגען צו לעבן און א וועלט מיט שקר, א וועלט מיט חנופה, א וועלט מיט יסורים!

אבער אז מען שפאצירט אריין אין שטיבל, איז עס ווי אין א אנדערע וועלט אריין! און א נייע וועלט, און א וועלט פון כל טוב, און א וועלט אן ארויפגעצווינגענע דעות פון בייכלדיגע בעלי בתים, פון עסקנים-עמי הארצים, פון רבנים תמימי לב, קנאים רשעי ארץ.
און ועל כולם א וועלט אן קיין צורת המטבע אן קיין דאגת הפרנסה, דא איז נישטא קיין מקשה לילד, נישטא דא קיין מידע אדער הונגעריגע קינדער, און קיין ווייבערישע קולות.

דא זענען מיר, די דערשלאגענע ברוקליניע קינדער, די דערקוטשעטע וויליאמסבורגע אינגעלייט, וואס מען טרעט אויף אונז ווי אויף ווערעם מיט איסורים און חרמות יעדע שני וחמישי, מיט פרישע גדרים וסייגים אשר לא שערום אבותינו. ועולה על כולנה מען האט געמאכט פון אונז איין גרויסע חטיבה, אלע מוזן אויסזעהן די זעלבע, טראכטן די זעלבע, און זאגן די זעלבע ווייל אויב נישט ווערט מען א אפגעפרעגטער, א קל, אן אפיקורס, און מנודה לקהל, און א יוצא דופן.

איז אבער דא אין שטיבל גאנץ אנדערש !!

דא איז יעדער יחיד א מיוחס, יעדער אינדעווידיאול א מענטש מיט א דעה, יעדער ניק האט זיך זיין סטייל, זיין מהלך, זיינע אייגענע חומרות און קולות און בעיקר זיינע אייגענע דעות, און נישט קיין דעות וואס א צווייטער צווינגט ארויף אויף אים. דא איז מען פריי צו שרייבן וואס מען קלערט טאקע (פארשטייט זיך אויסגעהאלטן ע"פ תורה) מען איז מען פריי שרייבן, מען איז פריי צו שאפען, מען קען חרוב מאכן פארפוילטע וועלטן און בויען שענערע און בעסערע.

די גאנצע קאווע שטיבל איז ווערט געווען נאר פארדעם צו געבן פאר דעם געפאנגענער אינעם ברוקלינע תפיסה אביסל פרייע לופט צו אטעמען, פאר דעם אקסיזשין הונגעריגער איד אביסעל ריינע זויערשטאף, צו געבן א פלאטפארמע פאר א אינגערמאן (אדער זיידע) וואו צו כאפן א שמועס ווי ערוואקסענע און אינטעלעגענטע מענטשן, אן די הונדערטע מאסקעס און פאלשקייטן.

איך מוז אייך זאגן אז איך גיי און א עכטע קאווע שטיבל ווי מען שמועסט ביי די פארע פון עכטע קאווע, אדער אז איך שטיי בייי א קופקע אינגעלייט אונטער א וואלקען פון ציגערעטלעך רויעך און איך הער ווי איינער קען נאך זאגן הבלים און יעדער שאקעלט צו מיטן קאפ מיט הסכמה, ווייל אזוי מוז מען זאגן און אזוי מוז מען טראכטן. ווען איך זע דאס אלעס, ווער איך נישט אין כעס, איך האב נישט אויף זיי קיין תרעומות, אדרבא, דאס הארץ צוגייט מיר פאר רחמנות ווייל ווער וויסט וויפיל פון זיי טראכטן אנדערש און מוזן שאקלן מיטן קאפ כאילו כפאו שד, ווייל אז נישט וועט מען חלילה פון זיי מאכן קאליקעס. אין אזעלעכע פעלער וויל איך שרייען: אידן אידן זייטס וויסן סאיז דא הילף. ס'איז נאך דא א קומץ נארמאלע מענטשן צווישן אונזער געמיינדע, איר קענט זיי טרעפען אויף קאווע שטיבל.דאט קאם.

צום שלוס וויל איך ברענגן א שטיקל פאעזיע וואס כ'האב אמאל געזעהן ערגעץ איך טראכט עס וואלט געווען פאסיג פארן א קאווע שטיבלס נאצינאלע הימענע:

איך קום, ווי א שטאלצער קאמעט ווי די זון, ווען עס הייבט אן טאגן,
איך קום ווי א בייזער געוויטער פון א בליץ און פון דונער געטראגן,
איך קום ווי א בלוטיגע לאווע פון וואלקן-באדעקטע וואולקאנען,
איך קום ווי דער שטורעם פון צפון, וואס דערשרעקט אקעאנען.

איך קום ווייל איך בין אין דער מדבר פון הערשאפט געבוירן געווארן,
איך קום ווייל עס האבן די הערשער געוועקט און דערצויגן מיין צארן,
איך קום ווייל די מענטשליכע ארעם קען די זריעה פון לעבן נישט טויטן,
איך קום ווייל מען קען נישט די פרייהייט אויף אייביג פארשמידן אין קייטן.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 502
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » זונטאג מאי 26, 2013 1:19 am

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
און מיינע אויגן איז די סאמע גרעסטע מעלה פון אונזער שטיבל דאס, אז דא איז מען ביכולת אראפנעמען אביסל די שווערע מלבושים און אייזענע קייטן וואס אונזער סביבה האט אונז אנגעקלייד פון קליין-ווייז אן, און ווי עלטער מען ווערט אלץ מער ווערט די מלבושים און אלץ שווער ווערן די קייטן. און אלס א פועל יוצא זענען מיר געצווינגען צו לעבן און א וועלט מיט שקר, א וועלט מיט חנופה, א וועלט מיט יסורים!

אבער אז מען שפאצירט אריין אין שטיבל, איז עס ווי אין א אנדערע וועלט אריין! און א נייע וועלט, און א וועלט פון כל טוב, און א וועלט אן ארויפגעצווינגענע דעות פון בייכלדיגע בעלי בתים, פון עסקנים-עמי הארצים, פון רבנים תמימי לב, קנאים רשעי ארץ.
און ועל כולם א וועלט אן קיין צורת המטבע אן קיין דאגת הפרנסה, דא איז נישטא קיין מקשה לילד, נישטא דא קיין מידע אדער הונגעריגע קינדער, און קיין ווייבערישע קולות.

דא זענען מיר, די דערשלאגענע ברוקליניע קינדער, די דערקוטשעטע וויליאמסבורגע אינגעלייט, וואס מען טרעט אויף אונז ווי אויף ווערעם מיט איסורים און חרמות יעדע שני וחמישי, מיט פרישע גדרים וסייגים אשר לא שערום אבותינו. ועולה על כולנה מען האט געמאכט פון אונז איין גרויסע חטיבה, אלע מוזן אויסזעהן די זעלבע, טראכטן די זעלבע, און זאגן די זעלבע ווייל אויב נישט ווערט מען א אפגעפרעגטער, א קל, אן אפיקורס, און מנודה לקהל, און א יוצא דופן.

איז אבער דא אין שטיבל גאנץ אנדערש !!

דא איז יעדער יחיד א מיוחס, יעדער אינדעווידיאול א מענטש מיט א דעה, יעדער ניק האט זיך זיין סטייל, זיין מהלך, זיינע אייגענע חומרות און קולות און בעיקר זיינע אייגענע דעות, און נישט קיין דעות וואס א צווייטער צווינגט ארויף אויף אים. דא איז מען פריי צו שרייבן וואס מען קלערט טאקע (פארשטייט זיך אויסגעהאלטן ע"פ תורה) מען איז מען פריי שרייבן, מען איז פריי צו שאפען, מען קען חרוב מאכן פארפוילטע וועלטן און בויען שענערע און בעסערע.

די גאנצע קאווע שטיבל איז ווערט געווען נאר פארדעם צו געבן פאר דעם געפאנגענער אינעם ברוקלינע תפיסה אביסל פרייע לופט צו אטעמען, פאר דעם אקסיזשין הונגעריגער איד אביסעל ריינע זויערשטאף, צו געבן א פלאטפארמע פאר א אינגערמאן (אדער זיידע) וואו צו כאפן א שמועס ווי ערוואקסענע און אינטעלעגענטע מענטשן, אן די הונדערטע מאסקעס און פאלשקייטן.

...


נו, דאס איז דאך דער "פראבלעם" פון דעם אינטערנעט...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1147 מאל

הודעהדורך קינות גירושין » זונטאג מאי 26, 2013 10:57 am

ר׳ בנימין איך האב נישט וואס מוסף צו זיין
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:36 am
האט שוין געלייקט: 472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג מאי 26, 2013 11:56 am

דברים כדרבונות, ר' בנימין, עס אלוועיס, די הבדלה וויין איז דיר שטענדיג מבשם און דיינע וועכנטליכע חמין במוצאי שבת דערווארעמט אונזערע הערצער.
מיר זיצן דא און האקן א לעבן, מיר מוזן אבער מכיר טוב זיין די מנהלים ואחראים וואס לייגן אריין כחות. כ'מיין אז די גרעסטע הכרת הטוב איז ווען די פלאץ דא בליעט, ווען מען שרייבט אפט, מען שטרענגט זיך אן פארן פלאץ און מען שרייבט שיינע מאמרים מיט יישוב הדעת און מיט זוכן, נישט קומען געבן א גרעפץ ארויס אביסל בויך ווייטאג און נוצן די פלאץ אלס אכסניא בשעת הדחק, נאר טאקע דאס פארוואנדלען אין די איינציגע אלטערנאטיוו צו אלע סיסטעם געטריבענע באגעגעניש ערטער ווי די מקוה אדער איי וועלט.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1366
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2942 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3947 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט