ערעב איד! האלט אייך אין די רעלסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ערעב איד! האלט אייך אין די רעלסן

הודעהדורך וואלפה » זונטאג יוני 02, 2013 10:58 am

ליגענדיג אויסגעצויגן אינטערן שיינעם לייכט בלויען הימעל, ווען די ים שפיגלט אפ, און ווארפט צוריק דעם נאטירליכע שארפע געשמאקע שטראלן, פונם גרויסן ארענדזשע זין, וואס ס'דוכט זיך אז דער נהר דינור געפינט זיך אין איר. די שטורומישע אויסזעהן - קאלירטע כוואליעס געבן צו צום רואיגקייט.

רויכערנדיג א לילקע ציבעך, מיט טייערע טאבעקע אינערווענדיג. און אין דער אנדערע האנט שטעקט זיך ארויס א הויעכע ערדענע גלאז, וואס די הייס וואסער אין איר קאכט זיך די געשמאקסטע און בא'טעמ'טסטע קאווע בונדלעך, וואס איז נאר-וואס אראפ פונעם גרינעם בוים, און בארואיגט דעם מענטש, מיט איר פיינע שמעקעדיגע ריינע רויך, וואס גליטש זיך אריין צווישען די צוויי נאז לעכער, און פארט פון דארט געלאסן אריין אין די מוח קעמערליך, פארשפרייטנדיג זיך פון דארט אין אלע ביינער און גלידער.

באטראכטענדיג אזוי דעם הערליכען פאנעראמע און לעבעדיגע סינערי, פליט אריבער א שיינעם ווייסן סיגל וואס לאקערט אויף איר פישל, און גיבט א לאז אראפ שיריים, פונקט אינעם.... איר האט צוגעטראפן – גראד אריין אין די ווארעמע קאווע! נאך פאר וואס ווען ווי איך האב אפילו א שאנס א זופ צו געבן דערפון....

אוי פייגעלע פייגעלע בוסט דאך אזוי לעכטיג און שיין,
איך פארשטיי אז דו דארפסט הכנות גיין,
אבער פארוואזשע דווקא אין מיין קאווע אריין.

כלפי מה דברים אמורים?
עס זיצן דא טייערע באריסטאס - קאווע מאכערס, און געבען פארן עולם צו טרונקן די שענסטע באלערנסטע אינהאלטסרייכסטע אשכולות: איינער שרייבט מיט א טיפע השקפה, און קאפיטלעך היסטאריע, בשעת א צווייטער קומט אויף מיט א דורכגעקלערטע בייפאל; א דריטער קומט מיט א זיסען געדאנק. א געשמאקע פשטל. א שארפע פונקט, און א פערטע מיט פיינע קלינגעדיגע גראמען. אזוי דרייען זיך דא דורך זאכן, פון די "פשוטסטע" זאכן, ביז די סאמע העכסטע און טיפע געדאנקען אין וויסענשאפט.

מאכט זיך צומאל א נושא וואס וואלט געקענט פארוואנדעלט ווערן אין א הערליכע לאנג פארצויגענעם שמועס. הערליכע באלערנטע הודעות, פערל ידיעות, און רייך ווערן פון פארשידענע מיינונגען פון די קלוגסטע דורכגעקלערטע טיף טראכטענע אנ"ש, וואס יעדע ווארט איז ממש כתבי כתב מרגליות, ובכל אחד בשמו יברך, וא"א לפורטם כי רבים הם.

אבער אנשטאט דעם גלאנציגע אשכול, וואס זאל פארן אויף שיינע רענדל, ווערט עס פלוצלינג אימוויסנדיג (?) פארפירט, דורך אפאר קאכעדיגע פארזאנען, פארוואנדלנדיג דעם הערליכן אשכול אין פערזענליכע ראבערייען, קללות און יללות, ( נישט וועלנדיג האבן א נאמען פון א מאסיוון מענטשן-פרעסער לייגט מען צו צום לעצטן ווארט "נאטינג פירסענאל", און דערמיט ווערט גע'כשר'ט דאס לצנות...). אזוי גייט עס אן, ביז דער גבאי קומט און נעמט אוועק האלב פון די תגובות און דער אנדערע האלב איז ער משולח אין צימעס, ווי אין ים אריין.

יעדער פארשטייט אז מען קען זיין "אמאל" פערסענאל גערעגט, אבער חבר טייערע דער פלאץ פאר א הכנות איז נישט און אן אשכול וואס מען קען דארט גראבן א גאלדן גרוב.
.

ידידינו החשוב ר' טאמבל סאס שיחי' האט געצה'ט צו מאכן א "טאלערירט" קנעפל. פון דער וועד בין איך נישט, און אפילו ווען יא וואלט איך ווען נישט צוגעלייט, און אראפגענומען קנעפלעך יעדע שני וחמישי. אבער אן אשכול ווי א יעדער, קען איך אויך עפענען. איז אפשר וואלט געווען געאייגענט אז אין דעם אשכול זאל מען אריין שרייבן אלע פערזענליכע ראבערייען, (אן קיין נעמען פארשטייט זיך). און שנעל-גערעגטע זאלן וויסן אז ווען דער פיש אין בויך וויל בלאזן מיטן שופר הספרדי, קען ער גיין בלאזן מאה קול(ל)ת. און קען גיין מיטן האמער און צו'מזיק'ן קארס, און שעלטן מיט בלעם'ס קללות (ברכות) "אין דעם אשכול". אן דארפן אין מיסט ווארפן אנדערע אויפגעבויטע, און אויפקומענדיגע שטערן אשקולים.

פאלגענדיג וועל איך איבערטייטשן און צופיצן אביסל זיסע קללות, וואס לעמל האט צוטירט פון איינעם, אויף יאיר לפיד:
ער זאל שטעקן בלייבן אין א ווארעמע עלעיוועטר מיט ח"כ מוזס מוצש"ק.
זיין ווייב זאל באקומען דעם "מחזור" (וסת – פיריעד בלע"ז), אנקומענדיג אין א דבש ירח [האנ"י מא"ן בלע"ז], (איין בעטיגע) האטעל, פאר א צוויי וואכיגע וואקאציע.
ער זאל לייגן תפילין, [און קישן די ציצות] תשעה באב ביי שחרית.
אנשטאט אריין גיסן טייערע געז, אין זיין נייעם רויזרויס מאשין, זאל ער אריין אנפילען דיזל .
ער זאל האבן שלשול ביי זיין טאכטערס חתונה, און אלע נעכט פון די שבע ברכות.
ער זאל האבן ענינים און פארפאסן דער לעצטע טאג פון קידוש לבנה.
אנשטאט שטיקער בקר אינם טשאלנט זאל געפעפערטע האלז טארקי פארנעמען דארט די פלאץ.
עס זאל זיך איהם ענדיגן די מאסט מיט געדעכטע זאץ, ביי הבדלה.
די הויזן זיינע זאל א שמייכל געבן פון ארינטער בשעתן זיך בייגען "ואנחנו כורעים".
חול המועד זאל ביי שחרות זאל ער פארגעסן יעלה ויבא.
ער זאל זיך דערמאנען דער צווייטע טאג ספירה, א מינוט נאך 72, אז ער האט פארגעסן צו ציילן ספירה די ערשטע טאג.
שכשהוא עושה את זה עם בנט, הוא ישים במקום ואזלין ישים בטעות דבק נגרים.(אריין אין מאחורי)
ער זאל מאכן הגבה בפני כל עם, און די הויזן זאל זיך אראפגליטשען.
ער זאל אריינבאסן אין א זית מיט א קערל, פון א זית שאכטל אן קיין קערלעך.
ערב שבת, א טאג פאר ערב יו"כ, הארט פארן זמן זאל ער אנצינדען זיין לעצטן צוגערעטל פארקערט.
נאכן עסן די צוויי כזתים פון קמח "ישן" אפיקומן, זאל ער זיך כאפן אז ער האט זיך נישט אנגעלאנט.
שבשניה לפני העלאת הסטטוס ייכבה המחשב, און אנדערע ווערטער: אז ער זאל שרייבן א לאנגע פשעטל אשכול ווי הוגה אויפן סעלפון, און ביים לעצטן אות זאל די בעטערי גיין פאפן.
ביים בודק חמץ זיין אנהייב נאכט זאל ער נאר טרעפן 9 ברעקלעך.
ביים סעודת המפסקת זאל ער האבן א שפע פון אייער, אבער אן אש.
די שבת ליכט זאל זיך אויסלעשן א סקונדע נאכן שקיעה.
די פיטום פונם $1000 אתרוג, זאל זיך איהם אפברעכן בשעתן מאכן די ברכה שהחיינו.
פאלגענדיג וועל איך צולייגן אייגענע, און ואידך זיל גמור:
כאפט א גליטש אויף א נארוואס אויפגעגעסנע בנאנא שאלאכטץ.
כאפ א מיסע פלאטשקע אויפן בויך (בעלי פלאפ).
כאפט א ברען פון א הייסע ליל ששי טשאלנט.
דער כפרה זאל אראפ לאזן אזא שפע שריים אויף זיין נארוואס געקויפטע היט.
בשעתן יושבנן ביי א מיטונג זאל דער בענקל זיך זעצן שבעה.
אלע נייעסן און מידיע נעצן זאלן zoomn אויף יאיר לפידס העציגע דרשה ווען א קלעבעדיגע שטיקל פארפרוירענע רץ אויף זיין אויסגעביגעלטע העמד זאל זיך שטארק אנערקענן.
די לעצטע שטיקל פון א פעקל פאפיטס זאל זיין פארפוילט.
דער פייער אלארם זאל זיך צוקלינגען, ביים אנהייב גיין הכנות,[שבת נאכמיטאג].
זאל נישט קענען מאכן די גרעפס נאכן טרינקן סעלטצער.
די האטשא זאל בשום אופן נישט ארויס קומען.
זאל ער טרעפן א איי שאלאכטס אין די ערשטע סלייס פון זיין געשמאקע 50 אינעווערסערי קעיק.
ער זאל זיך אריין ווישן אין מקוה נאך א גוטע שויער, אין א געבלאזנעם האנטעך.
ער זאל אויסשרייען הויעך ערב פסח "מזמור לתודה".
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:26 pm
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך MickyMouse » זונטאג יוני 02, 2013 11:13 am

זייער גיט געזאגט און איך לייק.
איך האב גראדע געטראכט פון עפענען אן אשכול ווי מען זאל זיך טענ׳ן איבער אנדערע אשכולים און נישט אינעם אשכול גופא.
אמור מעט ועשה הרבה.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך פרישער » זונטאג יוני 02, 2013 11:55 am

איך האב זיך שוין אויך אויסגעקייכט אויף די אישו אין מיין תגיבה לייק - דיסלייק אין גלייך דערנאך געשפירט בעסער א שטייגער פין דאגה בלע פיש אין גארנישט אויפגעטיען
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג יוני 02, 2013 12:32 pm

יא.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יוני 02, 2013 1:55 pm

וואלפה האט געשריבן:אבער אנשטאט דעם גלאנציגע אשכול, וואס זאל פארן אויף שיינע רענדל, ווערט עס פלוצלינג אימוויסנדיג (?) פארפירט, דורך אפאר קאכעדיגע פארזאנען, פארוואנדלנדיג דעם הערליכן אשכול אין פערזענליכע ראבערייען, קללות און יללות, ( נישט וועלנדיג האבן א נאמען פון א מאסיוון מענטשן-פרעסער לייגט מען צו צום לעצטן ווארט "נאטינג פירסענאל", און דערמיט ווערט גע'כשר'ט דאס לצנות...). אזוי גייט עס אן, ביז דער גבאי קומט און נעמט אוועק האלב פון די תגובות און דער אנדערע האלב איז ער משולח אין צימעס, ווי אין ים אריין.

הרב וואלפה איך בין נישט אינגאנצען מסכים מיט אייך. צומאל זענט איר גערעכט, אבער צומאל זענען די קללות און יללות ,ווי איר רופט דאס, אסאך געשמאקער און זאפטיגער ווי די עצם נושא האשכול, בפרט ווען עס פליען ניצוצות של אש אהין און צוריק בין אריות שבחבורה.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2915 מאל

הודעה.תגובה, וכו' צו ואלפה

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 02, 2013 5:23 pm

דו ביסט דאך אזוי זיעס. דיין הודעה דארף מען ליינען זייער שטאאט, אזוי ווי מ'טרינקט א הייסע געשמאקע קאווע אין א פראסטיגן ווינטערדיג'ן טאג. דו ביסט אפשר א שטיקל קרוב צו פרישער? :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13606
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15313 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8726 מאל

הודעהדורך וואלפה » זונטאג יוני 02, 2013 5:56 pm

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
וואלפה האט געשריבן:אבער אנשטאט דעם גלאנציגע אשכול, וואס זאל פארן אויף שיינע רענדל, ווערט עס פלוצלינג אימוויסנדיג (?) פארפירט, דורך אפאר קאכעדיגע פארזאנען, פארוואנדלנדיג דעם הערליכן אשכול אין פערזענליכע ראבערייען, קללות און יללות, ( נישט וועלנדיג האבן א נאמען פון א מאסיוון מענטשן-פרעסער לייגט מען צו צום לעצטן ווארט "נאטינג פירסענאל", און דערמיט ווערט גע'כשר'ט דאס לצנות...). אזוי גייט עס אן, ביז דער גבאי קומט און נעמט אוועק האלב פון די תגובות און דער אנדערע האלב איז ער משולח אין צימעס, ווי אין ים אריין.

הרב וואלפה איך בין נישט אינגאנצען מסכים מיט אייך. צומאל זענט איר גערעכט, אבער צומאל זענען די קללות און יללות ,ווי איר רופט דאס, אסאך געשמאקער און זאפטיגער ווי די עצם נושא האשכול, בפרט ווען עס פליען ניצוצות של אש אהין און צוריק בין אריות שבחבורה.

יאנקל, האט ווי אייביג ארויסגעברענגט א הערליכע וויכטיגע נקודה, אין א פריש געמאכטע אשקול אידישקייט איז ללעג ולקלס..., עס וואלט געקענט פארוואנדלט ווערן אין א בריליאנטן אוצר, און כאפ א בליק ווי אזוי עס זעט יעצט אויס.
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:26 pm
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: berlbalaguleh, Billy, קומזיץ און 5 געסט