א באזוך ביי "האַט בייגעלס"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

א באזוך ביי "האַט בייגעלס"

שליחה דורך שמואל הלוי »

א באזוך ביי די וועלט בארימטע היימישע פירמע:
''האַט בייגעל'ס''

באקענט אייך מיט דעם ''בייגעל'' און זיין היסטאריע, ווי אויך מיט די געשמאקע וועלט בארימטע ''האַט בייגעלס''...


די היסטאריע פונעם בייגעל:

דער קראָסטי רינג-פארעם ''בייגעל'', איז אן אור אלטע רוסיש-פוילישער מאכל, וועלכער שטאמט פון די שטאט ''ביאלא'' אדער ''ביאלאסטאק'', און דעריבער ווערט דאס גערופען על שמם ''בייגעל''. אזוי אויך, דער ווארט ''בייגעל'' מיינט א האנד באנג (ברעיסלע''ט) אין דויטש, וואס דאס איז דאך דער אויסקוק פונעם בייגעל.

דער ''בייגעל'' איז געווען דער טאג טעגליכער ברויט פאר די אידן אין איסטערן אייראפע הונדערטער יאהרן, און איז שפעטער אויך געווארן א פאפולערער עסן אין אמעריקא, און היינט צוטאגס, א 'סטענדערט' אמעריקאנער ברויט, אזוי ווי חלות.

עס פלעגט אמאל פארקויפט ווערן אין די גאסן אין גרויסע קוישן, אדער איז דאס געווארן אויפגעהאנגען אויף א לאנגע שטריק, מען האט דאן געדארפט פארמאגן א לייסענס צו פארקויפן די בייגעלס. פון דעסטוועגן, זענען אבער די קליינע קינדער וועלכע פלעגן וועלן העלפן די מאמעס און פארקויפן בייגעלעך אויף די גאס, געווען רעספעקטפול ביי די קויפער. אבער ווען א סאלדאט האט זיי געזעהן, האבן זיי באקומען קלעפ, און די קוישן, בייגעלס, און די סחורה'נער דעק, איז געווארן אוועק גענומען פון זיי.

צוליב דעם בייגעלס אויסזעהן, וועלכער איז רינדיג, און פארמאגט נישט קיין אנהויב אדער קיין עק, האט דער בייגעל שטענדיג סימבאליזירט דאס לעבן פון א מענטש. און אין די אלטע צייטן האבן די בייגעלעך געברענגט א אויסקוק פארן מענטש, דעריבער, איז דאס סארווירט געווארן ביי ספעציעלע געשעהנישן, ווי ווען א פרוי האט געבוירן א קינד, און ל''ע ביי א לויה פון א מענטש, ווי דאס איז סארווירט געווארן אינאיינעם מיט הארטע געקאכטע אייער.

ווען די אידן האבן פארלאזט אייראפע אין די מאסען, וואנדערענדיג קיין אמעריקא, האבן אסאך פון זיי אנגעהויבן צו פארקויפן דעם בייגעל אין פוש'קארטס, אויף די גאסן אין לאוער איסט סייד אין מאנהעטען, ווי דאס איז פארבליבן ביזן היינטיגן טאג, ווי מען קען דאס געפינען אויף אלע גאסן איבער די שטאט. און עס האט זיך פארמערט און אויסגעשפרייט, ווען עטליכע האבן אנגעהויבן עפענען געהעריגע ''בייגעל געשעפטן'', ווי עס איז שוין היינט צוטאגס פארהאן אן אויסוואל פון פארשידען ערליי בייגעלס, לויט אלעמען'ס געשמאק.

דער בייגעל אין איר אידישע היסטאריע:
עס איז נישט קיין צווייפעל, אז בייגלעך איז פון שטענדיג אן געווען פארעכענט אלס א אידישער מאכל, וועלכער האט זיך נאר צוליב זיין געשמאק, אויך אריבער געכאפט צו די אנדערע זייט גאס. און שוין מיט הונדערטער יאהרן צוריק געפינען מיר אז דאס איז געווען א היימיש אידישער עסן, וואס אידן אין זייערע שטעט האבן דערמיט אנגעהויבן דעם טאג, און מיט דעם מקיים געווען דעם פת שחרית.

ווי אויך, זענען גאר אסאך מעשיות אין דער אידישער היסטאריע באקאנט, וועלכע האבן א שייכות מיט דעם ''בייגעל'', און דער ''בייגעלעך פארקויפער''. און נאך מער פון דעם געפינען מיר אז עס זענען געווען גאר ערליכע אידן וועלכע האבן זיך פארעכענט צווישן די בייגעלעך פארקויפער.

אויפן הייליגן בעל 'מאור ושמש' ווערט פארציילט, אז אלס קליין קינד פלעגט ער ארויס העלפן די מאמע, און ארום גיין פארקויפען בייגלעך איבער די שטאט, און דאס פלעגט ער צו טוהן יעדן טאג. ביז א עושר א געהויבענער איד האט אים געטראפען, און איינגעזעהן אז דאס קינד האט כשרונות, האט ער אויסגעצאלט פאר די מאמע, און גענומען דאס קינד צו זיך, און אים געשיקט אין ישיבה לערנען, ביז ער איז אויסגעשטיגן אלס דער הייליגער בעל מאור ושמש.

נאך אן ענליכע מעשה ווערט פארציילט, איבער אן עהרליכער 'בייגלעך פארקויפער', וועלכער איז געווען א נהנה מיגיעי כפו, און פארקויפט בייגלעך, איינמאל האט אים אנגעטראפן א עושר, און זעהנדיג וואספארא עהרליכער איד ער איז, האט ער אים פארגעשלאגען צו מאכן א יששכר זבולון געשעפט, ד''ה אז ער זאל זיך זעצן לערנען, און דער עושר וועט אים אויסהאלטן מיט געלט. נאך עטליכע וואכן האט דער עושר געזעהן אז דער תלמיד חכם האט זיך צוריק גענומען צו פארקויפען בייגעלעך, האט ער אים געפרעגט וואס איז דא געשעהן, האט אים דער בייגלעך פארקויפער געזאגט, אז ווילאנג ער פלעגט פארקויפען בייגלעך האט ער געוויסט אז עס איז פארהאן א באשעפער אויף די וועלט, ער האט געלעבט מיט אמונה, אז דער באשעפער וועט אים צושיקן קונים, אבער זינט דער עושר האלט אים אויס, האט ער פארלוירן זיין אמונה, ווייל ער איז נישט אנגעוויזען אין סייעתא דשמיא, און דעריבער האט ער זיך צוריק געקערט צו זיין פריערדיגן פאך צו פארקויפן בייגלעך.

דער עושר האט זיך אבער נישט געלאזט, און גערופען דעם בייגלעך פארקויפער צו א דין תורה ביים הייליגן בעל ''מגלה עמוקות'', וועלכער איז דאן געווען רב אין יענע שטאט, און ער האט דאן געהאלטן ביים פארלאזן די שטאט, און ווערן רב אין א גרעסערע שטאט. אבער ווי נאר דער מגלה עמוקות האט געהערט איבער וואס די דין תורה איז, איז ער זייער איבער גענומען געווארן פון די עהרליכקייט פון די שטאט'ס מענטשן, אז אפילו דער בייגלעך פארקויפער האט אזעלכע הייליגע השגות, און ער האט באשלאסן אז ער בלייבט רב אין די שטאט.

''האַט בייגעלס'':
שרייבענדיג איבער די טעמע פון בייגעלעך, האבן מיר זיך טאקע פארבינדען מיט די אנפירערשאפט פון די אלעמען באקאנטע פירמע ''האַט בייגעלס'', וועלכע איז דער סאמער בארימסטער בייגעל פירמע ביים חרדישן ציבור אין נוי יארק, און מיר האבן געוואלט ארויס באקומען פון זיי, וואס אייגענטליך איז דער בייגעל, וואס איז זיין מעלה, און פארוואס זענען מענטשן ממש פארקויפט פאר דעם מאכל.

מיר האבן זיך באגעגענט מיט דעם אלעמען באקאנטען איד, הרב ב. שליט''א, וועלכער גיבט זיך אן, אז ער איז אן אייניקל און שטאמט פון דעם הייליגן ראדישיצער רבי ז''ל, זיין טאטע איז געווען א רבי, אא''וו. ער אליינס איז נישט קיין קטלא קניא, ער בארייכערט אונזערע ידיעות איבער דעם בייגעל, און עס גיסן זיך פון זיין מויל סיפורי צדיקים און מימרות פון גרויסע לייט.

ער באטאנט, אז כאטש זיין פאך שטאמט נישט פון זיין משפחה, וועלכע זענען קיינמאל נישט געווען אין די ליין פון פארקויפען בייגעלעך, אבער דאך פארציילט ער א ווינדערליכע מעשה פון דעם היילגען ראדישיצער ז''ל, וואס האט א שייכות צו א בייגעל. איינמאל איז א מיידל אוועק געפאלן ל''ע, און מען האט איר בשום אופן נישט געקענט דערמינטערן, מען איז שנעל געגאנגען מזכיר זיין פארן הייליגען ראדישיצער ז''ל, און נאך עליכע מינוט האט זיך דאס מיידעל אויפגעכאפט, און פארציילט פאר די ארומיגע, אז זי האט געזעהן אין חלום ווי א רבי קומט צו איר און גיבט איר צו עסן א בייגעל, און אזוי עסענדיג איז איר בעסער געווארן, ביז זי האט זיך אויפגעכאפט, און דער רבי איז געווען דער הייליגער ראדישיצער זי''ע ועכי''א.

א בייגעל פון ''האַט בייגעלס'':
וועלכער חרדי'שער איד אין נוי יארק, האט דען נאכנישט טועם געווען צום ווייניגסטענס עטליכע מאל א געשמאקען בייגעל פון די בארימטע ''האַט בייגעלס'' פירמע?..., און לאמיר אייך מגלה סוד זיין, אז ''עטליכע טויזענט'' אידן אין נוי יארק, האבן יעדען טאג הנאה פון די געשמאקע הייסע בייגעלס...

עס זענען פארהאן מענשטן וועלכע גייען זייער שטארק פאר בייגעלס, און זענען ממש פארקויפט דערפאר, יעדן איינציגן טאג וועלן זיי עסן בייגעלס, און זיי וועלן נישט אריין נעמען אין מויל עפעס אנדערש ווי בייגעלס..., עס זענען פארהאן אידן וועלכע קומען שוין אריין פאר ''צוואנציג יאהר'' יעדן טאג צו דעם 'האַט בייגעל' געשעפט, און קויפען בייגעלס...

דער בייגעל האט עטליכע מעלות פאר זיך, קודם כל איז דאס זייער אן אפעטיטליכער מאכל, מער ווי ברויט און זעמלעך, און דערנאך, איז דער אויסזעהן און פארעם פונעם בייגעל אויך א סיבה וועלכע ציט אן דעם אויג פונעם מענטש, ער זאל וועלן פארזוכען פונעם בייגעל, עס איז א גאנצער, א ''שלם'', נישט ווי א סלייס ברויט, ווי אויך ער איז שיין רינדעכיג, און אויסגעבאקען ארום און ארום פון אלע זייטן, און פון יעדע זייט ארום און ארום ווי מען פארזוכט דערפון, איז דאס קריספי, וועלכער פארשארפט דעם אפעטיט...

ווי אזוי מאכט מען א בייגעל:
דער ''בייגעל'' איז נישט ווי ברויט און זעמלעך, וואס מען באקט אפ און פערטיג, נאר עס גייט אדורך עטליכע שטאפלען ביז ער קומט ארויס אלס א ריכטיגער בייגעל, [פארשטייט זיך אז מען וועט נישט דא ארויס געבן די ריכטיגע סודות פון חדר, ווי אזוי עס ווערן אהער געשטעלט די האַט בייגעלס, ווייל דאן ווערן זיי אויס קאפעלוטש מאכער..., אבער מיר וועלן אראפ ברענגען בערך ווי אזוי א בייגעל ווערט געמאכט, אז מען זאל האבן א שטיקל השגה וואס עס גייט אדורך צו דעם בייגעל, ביז ער איז ראוי אז ער זאל פארעכענט ווערן צווישן די ''האַט בייגעלס''...].

ווי עס פארשטייט זיך אליינס, ליגן די עיקר יסודות אין די אינגרידיענס, מיט וואס דער בייגעל ווערט אויסגעקנאטן, וואס דאס גיבט מען בשום אויפן נישט ארויס...

מיט צוואנציג יאהר צוריק, פלעגט מען נאך אויספארעמען די בייגעלעך מיט די הענט, און דאס איז געווען יענע עבודה, קודם כל צו צעשניידן די טייגלעך אויף די פינקטליכע מאס, דאן דאס אויסוועלגערן און אויפארעמען רידנדיג, עס זאל איבעראל זיין אייניג, נישט אויף איין זייט דיק און אויף די אנדערע זייט דין, און דאן מאכן דעם לאָך אינדערמיט, און פונקטליך אויסמעסטן אז דער לאָך זאל טאקע זיין אינדערמיט..., ווייל אויב איז דאס ביי די זייט, איז דאס שוין לויט מאנכע פסול...

היינט צוטאגס מאכט שוין דער מאשין אלעס אליינס, דער מאשין איז זייער אן אינטערעסאנטער, און גלייכצייטיג א פשוטער מאשין, ווען מען קוקט צו ווי אזוי דאס ארבייט, זעט מען אז עס ליגט דערין מער חכמה ביים אויספלאנירן דעם מאשין, ווי טעכנעלאגיע, עס איז זיכער אז א קלוגער מענטש האט דאס דיזיינד. דהיינו, דער מאשין טוט עטליכע אויפגאבעס, איינס נאכן צווייטען, מען לייגט אריין אין איר שיסל א ריזיג שטיקל טייג, און צום ערשט צעשנייד ער די טייגלעך אין פונקטליכע מאָסן, דאן פארעמט עס אויס די שיינע רינדיגע טייגעלעך, אין א פונקטליכע מאס, אייניג אויף אלע זייטן, און דער לאָך פונקטליך אין דער מיט.

אלע רינדיגע טייגלעך פארן אויף א קאנוועיר בעלט, ווי עס גייט אדורך פאר אן אינספעקשאן דורך דעם אויפזעהר, וועלכע מאכן זיכער אז ''יעדע איינציגע בייגעל'' איז שיין אויסגעפארעמט..., אויב נישט, ווערט עס ווידער אמאל אריינגעווארפן אינעם מאשין, און ער דארף נאכאמאל ''מגולגל'' ווערן, ביז ער קומט ארויס שיין אויסגעפארעמט.

נאך דעם וואס די טייגעלעך ווערן שיין אויסגעפארעמט, ווי פריער דערמאנט, דארפן זיי נעכטיגן אין רעפרידשרעיטאר, כדי זיי זאלן באקומען א געבוי, און נישט צערינען ווערן. דאן ווערן זיי אריין געווארפן אין א קאכעדיגער קעסל וואסער..., ווי זיי ווערן 'געקאכט' פאר א וויילע. אט די קאכן, כאטש דער בייגעל ווערט נישט אינגאנצן 'רעדי' צו עסן דורך דעם, מאכט דאס אבער דעם הארטן הייטעל ארום דעם בייגעל, און דאס פארוואנדעלט דעם ווייכן שטיקל טייג פאר א 'קריספי בייגעל', מיט א הארטע קראסט, אזוי אז ווען איר וועט טועם זיין דערפון, וועט זיך אייך דאכטן אז אייערע ציינער פארבלייבן דארט שטעקן אינעם בייגעל..., דאן ווערן די בייגלעך געסטיעמט און געבאקען לויט איר פארשריפטן.

די היסטאריע פון ''האַט בייגעלס'':
הרב ב. שליט''א, הויבט אן זיין געשיכטע מיט די היסטאריע פון דעם 'האַט בייגעל' געשעפט, וועלכע איז שוין קנאפע פופציג יאהר אלט, עס האט דאן באלאנגט פאר א איד'ל, גדאדע א שומר תורה ומצות, און אונזער הרב ב. שליט''א, פלעגט יעדע וואך איינמאל גיין מיט זיינע קינדערלעך דארט איינקויפן בייגלעך פאר נאכטמאל. עס איז זיי געווען זייער אינטערעסאנט ווי אזוי דאס געשעפט ארבייט, און ער האט שוין דאן געלייגט אן אויג דערויף, ביז עווענטועל איז אים געלונגען דאס אפצוקויפען, ווען דער אלטער בעל הבית האט באשלאסן אז ער האט שוין גענוג געארבייט אויף די וועלט, און עס קומט אים פענסיע.

''האַט בייגעלס'' היינט צוטאגס:
אט דער קליינער געשעפטל, וועלכער איז סטאנציאנירט אין הארץ פון בארא פארק, אויף דער דרייצענעטער עוועניו, ביי דער ניין און פערציגסטער גאס, איז פון די אויסגערופענסטע געשעפטן איבער די גאנצע שטאט. יעדן איינציגן טאג וואלגערן זיך דארט אריבער 'עטליכע טויזענט' פערזאנען, וועלכע קומען אריין איינקויפען ''פרישע און הייסע'' בייגעלעך, וועלכע קומען נאר וואס ארויס פון די באק אויווענס.

ווער רעדט נאך פאר א יום טוב פסח, אדער גאר מוצאי פסח, ווען עס שלענגלען זיך ארויס לאנגע רייען ביז אינמיטן די גאס, ווארטענדיג צו באקומען א הייסן בייגעל, אלע ווילן כאפן די ערשטע בייגלעך וועלכע ווערן געבאקען מוצאי פסח..., טייל זענען דאן גאר מקפיד אויף תנור ראשון..., און אזוי שטייען מענטשן אין די רייע א גאנצע נאכט...

ווי אויך שפילט זיך דאס איבער יעדן מוצאי שבת אין די ווינטער חדשים, ווען שווערע מאסן קומען אין די קעלט זיך אנצו-ווארעמען מיט א הייסן בייגעל, וועלענדיג מקיים זיין דעם ''חמין במוצאי שבת מלוגמא'' אויפן העכסטן פארנעם, און פראווען א מלוה דמלכה כהלכתו, ווען מאנכע זענען 'מקפיד' אויף בייגלעך.

אויך געדענקען אלע, ווען מעיאר דזשוליאני איז געקומען באזוכען בארא פארק, און אינמיטן די גרויסע פאראדן אויף דרייצענטע עוויניו, איז ער פלוצלינג אריין צו האט בייגלעס, פערזענליך איינצוהאנדלען עטליכע הייסע בייגעלס..., זעהט אויס, אז ביי עטליכע אידישע פארזאמלונגען, האט ער פארזוכט פון די בייגלעך, עס איז אים געווען געשמאק, און זעהנדיג דעם געשעפט, האט ער אויסגענוצט די געלעגנהייט און ער האט פערזענליך געוואלט דאס איינהאנדלען...

אויסער דעם געשעפט פאר זיך, איז וועלט בארימט איבער די גאנצע שטאט, די בייגעלעך וועלכע ווערן דיסטריבערט אין אלע היימישע געשעפטן איבער גרעיטאר נוי יארק, יעדן איינציגן טאג, וועלכע ווערן צוכאפט דורך טויזענטער היימישע קונדן, וועלכע ווייסן אז ווען מען רעדט פון א בייגעל, מיינט מען 'האַט בייגעלס'. די בייגעלס ווערן טראנספערירט איבער גאנץ נוי יארק, בארא פארק, פלעטבוש, קראון הייטס, וויליאמסבורג, מארא מאנסי, אא''וו, דורך א געשיקטן דיסטריביטאר, וועלכע מאכט זיכער יעדן איינציגן טאג זאלן די בייגעלעך אנקומען איבעראל, און די קונדן וועלכע ווארטן שוין און קוקן ארויס אויף די 'האַט בייגעלס' זאלן ח''ו נישט אנטוישט ווערן.

ברכת כ"ק אדמו"ר מהר''ש מבאבוב ז''ל:
הרב ב. שליט''א, זייענדיג א דורך געווייקטער באבובער חסיד, שפירן זיך די באבובער חסידים גאר נאנטע מחותנים מיט די האַט בייגעלס..., אין אמת'ן אריין קומט דאס פון דעם נאבעלן טאהט פון דעם גרויסן מנהיג ומושיען של ישראל, כ"ק אדמו"ר מהר''ש מבאבוב ז"ל, וועלכער האט דאן מיט יאהרן צוריק, ווען הרב ב. שליט''א האט איבערגענומען דעם געשעפט, אויסגערופן ביי א דרשת מלוה דמלכה, אז אלע באבובער חסידים האבן א פליכט פון איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, ארויסצוהעלפן און איינקויפן ביי דעם געשעפט, און זינט דאן זענען די באבובער חסידים פון די הויפט קויפער פון די האַט בייגעלס.

און, נישט נאר יחידים זענען די וואס קויפען, נאר אזוי אויך די קהלה פון באבוב, זענען אויך מקיים די הייליגע בקשה פונעם רבי'ן ז''ל, און ביי יעדע מלוה דמלכה אין באבוב, קויפט מען איין א קנאפע טויזענט בייגלעך פאר די גאנצע קהלה.

דער באבובער רב ז"ל פלעגט שטענדיג שיקן די גבאים איינקויפן פאר די שטוב פון די האַט בייגעלס, און אזוי אויך זיין זון מהרנ''ץ מבאבוב ז''ל פלעגט יעדן מוצאי פסח שיקן די גבאים איינקויפן פרישע בייגעלעך פאר די אייניקלעך.

הרב ב. שליט''א גיבט אן, אז גאר אסאך היימישע רבנים ומורי הוראות שליט''א פון איבער די שטאט, קומען שטענדיג אריין צו אים איינקויפען בייגלעך, וועלנדיג ארויס ווייזן אז זיי שטיצן דעם געשעפט, וועלכע ווערט געפירט מיט א היימישע אנפירערשאפט.

א בייגעל פאר בלויז איין דאלאר...
איינס פון די גרעסטע וואונדער פון ''האַט בייגעלס'', וועלכע פארדינט ארויס געברענגט צו ווערן מיט גרויסע אותיות, איז דער פאקט אז די דאזיגע בייגעלס, כאטש וואס דאס איז בעסער פון כמעט אלע בייגלעך וועלכע זענען צום פארקויפן אין נוי יארק, קאסט דאס ''נאר'' איין איינציגן דאלער..., און דאס גייט שוין אזוי אן פאר די לעצטע צוואנציג יאהר, מען האט נאך קיינמאל נישט געהעכערט די פרייזן, אזוי ווי אלע פראדוקטן זענען געשטיגן זייערע פרייזן, מיט אויסריידן אז די 'גאזאלין' איז געשטיגן...

ווען מיר האבן געפרעגט הרב ב. שליט''א, ווי אזוי ער האט געקענט אנהאלטן דעם פרייז פאר אזעלכע לאנגע יאהרן, האט ער געענפערט מיט א שמייכעל, אז ער זוכט נישט נתעשר צו ווערן דערפון, ער זוכט פשוט ארויסצונעמען פרנסה, צו שפייזן זיין געזינדל. און אליבא דאמת, וואס קאסט שוין א בייגעל?..., א קליין שטיקעלע טייג?...

יומם ולילה לא ישבותו:
א גרויסע מעלה ביי דעם 'האַט בייגעל' געשעפט, וואס די בארא פארקער איינוואוינער ווייסן צו שעצן, איז, דאס אז דער געשעפט איז אפען פיר און צוואנציג שטונדן ארום דעם זייגער, יעדער ווייסט שוין, אז סיי וועלכע צייט, אויב מען קומט אהיים פון קאנטרי אינמיטן די נאכט, אד''ג, און עס כאפט אן א הונגער, קען מען אריין גיין אין געשעפט און מען ווערט סארווירט מיט פרישע הייסע געשמאקע בייגלעך.

א אינגערמאן פארציילט, אז ער איז אהיים געקומען מוצאי פון א תענית, פון א ווייטע נסיעה, און ער איז אנגעקומען אין די שטאט אום 2:30 ביינאכט, ער האט נאכנישט געהאט אויסגעפאסט, און אזוי איז ער געשטאנען אויף די גאס, ווען אלע געשעפטן זענען שוין געווען פארמאכט, און ער האט נישט געוואוסט ווי ער קען באקומען עפעס עסן אויסצופאסטן, ביז ער איז אדורך געפארן דרייצנטע עווניו, און ער האט געזעהן א געשעפט אפען, ער איז אריין, און עס איז אים לעכטיג געווארן פאר די אויגען, און ער האט גלייך געבראכן דעם תענים מיט עטליכע הייסע בייגעלס...
"טעמו וראו כי טוב"

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר