מענין לענין צייכענען זיי צו אינעם abc מאמר צו דעם
מאמר.
דארט ווערט ארויסגעברענגט גאר אן אינטערעסאנטע נקודה, ווען וויקיפידיע האט געזוכט א בילד פאר זייער ערך 'human', זענען זיי געבליבן, נאך א שקליא וטריא, אז לא פחות ולא יותר איז דער בילד די מערסטע געאייגענט פארצושטעלן דעם מין האנושי...

- human.jpg (63.26 KiB) געזען געווארן 201 מאל
דאס איז א בילד פון א פארפאלק פון די אקהא שבט אין די בערג פון צפון טיילאנד [אזיע], דער מאן שלעפט א שטאם פון א באנאנע בוים אויף צו געבן צו עסן פאר זיינע חזירים, פארוואס איז דאס דער בעסטער בילד פארצושטעלן די מענטשהייט? אט הערט זייער טרוקענעם חשבון:
רוב מענטשן אויף די וועלט זענען נישט ווייס אדער שווארץ, אזיע מיט איהרע 4.2 ביליאן איינוואוינער פארנעמען איבער 60 פראצענט פון די וועלט'ס פאפיולאציע.
רוב אזיע'נער וואוינען אין מזרח-אזיע, די געגענט וואס ווערט געזעהן אויפן בילד.
רוב פון די מענטשהייט דורכאויס די היסטאריע זענען געווען פארמער.
און צום לעצט, רוב פון די מענטשהייט זענען געווען 'גאנץ ארים, אבער נישט שאקירנדיג-ארים'.
ממילא, בלייבן מיר מיט דעם אז דאס איז די פאסיגסטע בילד פארצושטעלן די מענטשהייט אין עוורעדש...
שוין, דאס איז די מענטשהייט, ווי זאגט יענער? אפי' היא שחורה וכעורה...