אותות ומופתים באדמת בני חם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אותות ומופתים באדמת בני חם

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג יוני 18, 2013 11:33 pm

עס איז פאר יעדן באקאנט וואונדערליכע געשיכטעס ווי עס זענען פארגעקומען זאכן וועלכע האבן נישט קיין פשוט'ע נאטירליכע ערקלערונג. אזעלכע זאכן ווערן אויסגענוצט דורך שארלאטאנען אויף צו איבערצייגן אז זיי האבן "העכערע כוחות", דורך געוויסע "דאקטוירים" צו ווייזן אז זיי פארמאגן וואונדערליכע אלטערנאטיווע היילונגען, דורך רעליגיעס צו באשטעטיגן אז זיי פארמאגן אן אמת, דורך רבי'ס אז זיי פארמאגן "כוחות", און אזוי ווייטער.

"מופתים" איז קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל ביי אידן. דער רמב"ם שרייבט (יסודי התורה ח, א): "משה רבנו לא האמינו בו ישראל, מפני האותות שעשה, שהמאמין על פי האותות יש בליבו דופי, שאפשר שייעשה האות בלאט וכישוף." (ווען דער רמב"ם שרייבט אז מען קען מאכן מופתים מיט כישוף מיינט ער נישט דעם סארט כישוף מיט וועלכן מיר זענען באקאנט, וואס ווערט אנגעבליך דורכגעפירט מיט איבערנאטירליכע כוחות הטומאה. דער רמב"ם האט דאך געהאלטן אז כישוף איז א בלויזע אילוזיע, אחיזת עיניים.)

אין חסידישע הויפן זענען טייל נכשל געווארן צו בויען אויף "מופתים", אבער אין אנדערע מקומות האט מען דאס שטארק אוועקגעמאכט. דער קאצקער פלעגט זאגן "אותות ומופתים באדמת בני חם" – די גוים, די בני חם, זיי דארפן האבן מופתים, מיר דארפן דאס נישט האבן.

שטעלט זיך די פראגע, וואספארא מופתים דארפן די גוים האבן? זענען ביי זיי דען דא "מופתים"? דער תירוץ איז: אוודאי יא. "מופתים" איז אן אינדוסטריע וואס איז נישט עקסקלוסיוו פאר קיין שום אומה ולשון, און יעדער וואס גלייבט אין העכערע כוחות האט "ראיות" אז אזעלכע וואס גלייבן פונקט ווי ער האבן געזען "אפענע מופתים". פארשטייט זיך אז א סקעפטיקער איז זיך מסתפק אין אלע באהויפטונגען פון מופתים, א מיסטיקער קען זאגן אז יעדע רעליגיע פארמאגט טאקע "כוחות" - אמאל טומאה און אמאל קדושה, און אן אראגאנטער בת-היענה גלייבט נאר די אייגענע מופתים און נישט דעם צווייטנ'ס.

לאמיר אנפאנגען מיט "אינקארופטיביליטי" אין דער קאטוילישער קירכע. אומקארופטיביליטעט איז די פענאמען פון פגרים מתים וואס בלייבן גאנץ און פריש אפילו נאכ'ן ליגן אין קבר פאר לאנגע יארן. אין דער רוימיש-קאטוילישער קירכע איז פאראן א ריזיגע ליסטע פון פארהייליגטע, "סעינטס" בלע"ז, וועלכע זענען באקרוינט געווארן מיט דעם טיטל "סעינט" צוליב דעם וואס זיי זענען געפינען געווארן גאנץ, איבערווייזנדיג דאדורך אז זיי זענען ראוי לאותה איצטלא. דאס געפינען א גוף גאנץ איז א ראיה אויף הייליגקייט דווקא אויב מען האט עס נישט געפאלמעסט. לאמיר אנכאפן דריי אזוינע "סעינטס".

איין אזא געשיכטע איז פון בערנארד סוביראס וועלכע איז געשטארבן אין 1879, און איז געפינען געווארן גאנץ דרייסיג יאר שפעטער אין 1909. טראצדעם וואס דער שתי-וערב וואס זי האט געהאלטן אין איר האנט איז צעגאנגען אין לויף פון די יארן, איז איר גוף געווען גענצליך אומקארופטירט. מיט דער צייט האט איר הויט פארלוירן דעם אריגינעלן קאליר, האט מען ארויפגעלייגט אויף איר פנים און האנט וואקס וואס זאל עס געבן דעם קאליר ווי ביים לעבן.

בילד

דזשאן וויאני איז געווען א פראנצויזישער גלח אין פראנקרייך וועלכער איז געשטארבן אין יאר 1859. דורכאויס זיין לעבן איז אויף אים דערציילט געווארן גאר א סך מופתים, און מעשיות פון רוח הקודש.

בילד
וויאני אויף אויסשטעל (מיט וואקס אויפ'ן פנים)

פיא פון פיעטרעלטשינא איז געווען אן איטאליענישער גלח וועלכער איז געשטארבן אין 1968. בחייו איז ער געווען בארימט פאר זיין סיגופים, הויפטזעכליך די סטיגמאטא, דאס איז פייניגונגען לויט די קרייציגונג-וואונדן פון ישו הנוצרי. ער פלעגט גיין הענטשוך צו באהאלטן זיינע געלעכערטע הענט. די וואס זענען געבליבן מיט זיין גוף ביז דער קבורה האבן עדות געזאגט אז די סטיגמאטא איז פלוצלונג גענצליך פארהיילט געווארן, און עס איז נאר געבליבן א צייכן "ווי עס וואלט ווען געמאלן געווארן דורך א רויטן פענציל." אין מערץ 2008 האט מען געעפנט זיין קבר, און זינט דאן איז זיין גוף אויף אויסשטעל.
בילד

עס זענען פאראן אן א שיעור "מופתים" פון כל-מיני רעליגיעס און סעקטעס (עטליכע זענען דא צוגעצייכנט געווארן דורך יאיר), ועוד חזון למועד.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 19, 2013 12:09 am

יאנקל, די לעצטע טראפן אמונה ציעסטו ארויס פון מיר.... וואו איז ברסלבר?

מהיכי תיתי אז בלייבן גאנץ איז א סימן אויף "העכערס"?
בכל אופן, אפילו אויב יא, אלץ פיין און וואויל אבער אז די בארד זאל נאך זיין נאס פון די מקוה, צענדליגע יארן שפעטער, דאס זעהט מען נאר ביי אונז חסידים!
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8404 מאל

הודעהדורך אביגדור » מיטוואך יוני 19, 2013 12:30 am

ס'איז ברור וודאי, אז דאס איז א מתנה פון הימל, אונז צו שטארקן אין די אמונה, דורכ'ן גרעסער מאכן די ניסיונות.

יהיה להם אשר להם.

אונז ווייסן וואס חז"ל לערנען אונז, אז דער וואס איז אויסגעארבעט אין מידת הקנאה, אין עצמותיו נרקבות. זאגן די מפרשים, אבל עורו ובשרו שפיר נרקבין, דזהו כבודו.

איז דער נישט דא א צד צו זאגן, אז דער יעניגע קאטויליק וואס איז געטראפן געווארן גאנץ איז געוועהן אזא מין אדם מאוס , אז אפילו די רימה ותוליעה ווילן נישט שולט זיין אין איהם...
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

הודעהדורך טעפל » מיטוואך יוני 19, 2013 1:24 am

מ'זאגט נאך א ווארט כ'מיין ס'איז פונעם אמרי חיים, אז דער רבש"ע שיקט א גאנצען טאג אראפ ישועות פאר אידען אמאל דארף עס נאר קומען דורך א גוטן איד, זאגט ער הראנו ד' חסדך אבער וישעך די ישועות תתן לנו שיק דורעך אונז!
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 19, 2013 3:30 pm

ס'דא געוויסע ערד וואס עסן יא אויף און ס'דא געוויסע וואס עסן נישט אויף.
מ'האטאמאל אויפגעגראבן צוויי ישראלישע זעלנער און זיי זענען געווען גאנץ.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך הערשי » מיטוואך יוני 19, 2013 5:32 pm

מופתים איז קיינמאל געווען... ווייל דער רמב"ם שרייבט. ס'איז אלס דא א תהום צווישן דאס וואס איז געווען און וויאזוי ס'וואלט געדארפט צו זיין. איבערהויפט רמב"ם אויף די סוגיא פון נאטור און די איבערנאטורליך. יאנקל, דער רשב"א זוכט א ווארט מיט דיר. היה והיה, און דער רמב"ם מיט זיין אריסטו-ברילן אויסקוק אויף אידישקייט גייט נישט איבערשרייבן היסטאריע. "בזאת תדעון כי ה' שלחני... אם כמות כל האדם ימותון אלה", שטייט אין במדבר. ענדליך אין שמות, דברים לענין נביא שקר, שופטים, מלכים, ועוד. ובכלל, זאגן אויף יעדע אידעאלאגיע קיינמאל אדער אייביג, איז ריוויזיאניסטיש, ווייל דעות טוישן זיך כסדר, און ווי ס'קריסט'ס זיך אידיש'ט זיך, ומי כהרמב"ם יבוא ויעיד.

הפנים, אויסמיידן דעם ואל עפר תשוב איז געווען אן ארטיקל ביי אידן כאטש מזמן הגמרא. עיין שבת קנ"ב ב: רב נחמן ורב אחאי בר יאשיה. ופוק חזו מאי עמא דבר. דאס אז צדיקים בלייבן גאנץ איז שטארק אנגענומען ביי עמך, און אזוי גייט די מעשה אויפן רבי'ן ר' אלימלך ביים קריג.
מענין לענין, אפשר קען איינער מרחיב זיין הדיבור איבערן פינוי החיד"א?
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 941 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך יוני 19, 2013 6:19 pm

איך ווייס נישט ספעציפיש וועגן די אלע מופתים צו זיי זענען געווען אדער נישט, אדער צו זענען זיי בכלל מופתים (וועגן דעם רעדט מיט יידל'ס אוואטער).

אבער איך מוז אויפקלערן, אז פילאסאפיש, איז דאס וואס מטרעפט אויך סיפורי אותות ומופתים ביי גויים און אנדערע רעליגיעס, איז אדרבה א שטיקל הוכחה אז יש דברים בגו. פון א ראציאנלישער שטאנדפונקט איז גאר נישט מסתבר אז פונקט ביי איין פאלק זאלען זיך מאכען ניסים ומופתים, אויב איז דא עפעס א טבעישער, מיסטישער, אדער רוחניותדיגער, וועג וויאזוי א צדיק זאל נישט פוילען למשל, איז נשט מער ווי מסתבר אז דאס זאל געשעהן ביי קריסטליכע צדיקים פונקט ווי ביי יידושע. ממילא איז דאס וואס מיר טרעפן פארשידענע למעלה מדרך הטבע'דיגע תופעות אויך ביי אנדערע פלעצער העכערט גאר דער שאנס אז די זאכען זענען נישט בלויז איינרעדענישען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3701
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5488 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מיטוואך יוני 19, 2013 8:02 pm

מאראנצןזאפט האט געשריבן:ס'דא געוויסע ערד וואס עסן יא אויף און ס'דא געוויסע וואס עסן נישט אויף.
מ'האטאמאל אויפגעגראבן צוויי ישראלישע זעלנער און זיי זענען געווען גאנץ.


אין איינער פין די ארטיקלען שטייט אז די ערד וואס איז זאלציג באשיצט א טויטער קערפער אויב מען באגראבט אהן א קאסטען .

דער תירוץ דעקט אבער נישט אויף די מתים וואס זיי גראבען אויס און לייגען אין די קלויסטערס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1606 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 19, 2013 9:42 pm

לעיקוואד האט געשריבן:איך ווייס נישט ספעציפיש וועגן די אלע מופתים צו זיי זענען געווען אדער נישט, אדער צו זענען זיי בכלל מופתים (וועגן דעם רעדט מיט יידל'ס אוואטער).

אבער איך מוז אויפקלערן, אז פילאסאפיש, איז דאס וואס מטרעפט אויך סיפורי אותות ומופתים ביי גויים און אנדערע רעליגיעס, איז אדרבה א שטיקל הוכחה אז יש דברים בגו. פון א ראציאנלישער שטאנדפונקט איז גאר נישט מסתבר אז פונקט ביי איין פאלק זאלען זיך מאכען ניסים ומופתים, אויב איז דא עפעס א טבעישער, מיסטישער, אדער רוחניותדיגער, וועג וויאזוי א צדיק זאל נישט פוילען למשל, איז נשט מער ווי מסתבר אז דאס זאל געשעהן ביי קריסטליכע צדיקים פונקט ווי ביי יידושע. ממילא איז דאס וואס מיר טרעפן פארשידענע למעלה מדרך הטבע'דיגע תופעות אויך ביי אנדערע פלעצער העכערט גאר דער שאנס אז די זאכען זענען נישט בלויז איינרעדענישען.


פארשטייט איינער וואס דער רבי זאגט דא?
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך אביגדור » מיטוואך יוני 19, 2013 9:50 pm

דברים פשוטים ונפלאים.

אין אנדערע ווערטער, אויף משנה צו זיין סדרי בראשית דארף מען מגביר זיין חומר על הצורה, און דאדורך באהערשן דער יקום. וואס כאפט א נפקא מינה אויב דער וואס קומט פאר מיט די קרייטעריא איז א איד צו א גוי? דער עיקר איז דאך אז דער טבע טרעט אפ, הותרה אדער הודחה, פאר אזא איינער וואס פירט זיך כך וכך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום מיטוואך יוני 19, 2013 9:50 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1706 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך יוני 19, 2013 9:50 pm

הערשי האט געשריבן:מופתים איז קיינמאל געווען... ווייל דער רמב"ם שרייבט. ס'איז אלס דא א תהום צווישן דאס וואס איז געווען און וויאזוי ס'וואלט געדארפט צו זיין. איבערהויפט רמב"ם אויף די סוגיא פון נאטור און די איבערנאטורליך. יאנקל, דער רשב"א זוכט א ווארט מיט דיר. היה והיה, און דער רמב"ם מיט זיין אריסטו-ברילן אויסקוק אויף אידישקייט גייט נישט איבערשרייבן היסטאריע. "בזאת תדעון כי ה' שלחני... אם כמות כל האדם ימותון אלה", שטייט אין במדבר. ענדליך אין שמות, דברים לענין נביא שקר, שופטים, מלכים, ועוד. ובכלל, זאגן אויף יעדע אידעאלאגיע קיינמאל אדער אייביג, איז ריוויזיאניסטיש, ווייל דעות טוישן זיך כסדר, און ווי ס'קריסט'ס זיך אידיש'ט זיך, ומי כהרמב"ם יבוא ויעיד.

הפנים, אויסמיידן דעם ואל עפר תשוב איז געווען אן ארטיקל ביי אידן כאטש מזמן הגמרא. עיין שבת קנ"ב ב: רב נחמן ורב אחאי בר יאשיה. ופוק חזו מאי עמא דבר. דאס אז צדיקים בלייבן גאנץ איז שטארק אנגענומען ביי עמך, און אזוי גייט די מעשה אויפן רבי'ן ר' אלימלך ביים קריג.
מענין לענין, אפשר קען איינער מרחיב זיין הדיבור איבערן פינוי החיד"א?

זייער אמת'ע געדאנקען. איך האב אבער נישט געשריבן אז "מופתים איז קיינמאל געווען", נאר אז "מופתים איז קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל ביי אידן" - דאס הייסט אז מ'האט נישט געבויט די רעליגיע אויף מופתים. איז עס דען געווען אזוי? אוודאי נישט - איך האב אליין אנגעמערקט אז חסידים האבן דאס נישט נאכגעפאלגט. אבער איך האב נישט געזאגט קיין היסטארישער פאקט, נאר א טעאלאגישער געדאנק. אונזער היינטיגער פארמאט פון יהדות איז מיסודו שטארק באזירט אויף דעם רמב"ם, איז ריכטיג צו זאגן לפי זה אז עפ"י אמונתינו איז מופתים קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל ביי אידן לויט דעם צו בויען אידישקייט.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 19, 2013 9:52 pm

יעצט קען מיר איינער מסביר זיין וואס דער צדיק זאגט?
אז איינער גלייבט אז מופתים קומט ווייל צדיק גוזר והקב"ה מקיים ווערט אים מער נתאמת די נקודה אויב א גלח באווייזט אויך מופתים?
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך יוני 19, 2013 10:09 pm

אראנדזש דזשויס,
לערן די סדרה. בלעם האט געהאט א כוח פון מהפך זיין די סדרי הטבע מיט קללות. קלארע נסים.
אבל באומות העולם קם, ומני בלעם. אזוי גרויס ווי משה, הערסט ווערטער. די שכינה האט שורה געווען אויף אים שטערקער ווי ביים רעבען.

וכדברי אליהו הנביא זכור לטוב שאמר מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו (תדא"ר פ"ט).

די פראבלעם איז אבער געווען אז ער איז נישט געווען דערביי. ער האט פארשטאנען דעם ענין אבער נאר ווי א ברק המבריק. ויקר, עס האט עם געכאפט במקרה, אבער נישט בקביעות, ער איז נישט געווען דאס וואס ער האט פארשטאנען. אז מען טוט מעשה פעור מיט די בנות מואב ווייל מען פארשטייט די סודות פון דעם הייליגער אישביצער, אבער מען איז נישט דערביי, האט עס אזא פנים.

כל העדה כולם קדושים איז אמת, אבער מען איז נאך נישט געווען דערביי. עס איז געווען פאר די צייט.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 19, 2013 10:19 pm

אראנדזש זשויס העסטו רופן דיין באבע, צו מיר זאלסטו רעדן מיט רעספעקט, מאראנצןזאפט.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2356 מאל

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך יוני 19, 2013 10:26 pm

טשיללעקס.
עס האט מיך שוין מער ווי איינער גערופען אעפ"כ, און I didn't take it personal.
איך קען מיך גארנישט פארשטעלן וויאזוי דו וואלסט רעאגירט ווען מען רופט דיך ביי דיין ענגלישע ראשי תיבות.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 11:47 am

פונקט נעכטן איז געווען באריכטעט אין די נייעס די מאדנע אנטרעפעניש פון א סטאטוע וואס דרייט זיך פון זיך אליין. די סטאטוע איז פון אן אור-אלטער עגפיטישער מאן, וואס איז געלעגן צוזאמען מיט דעם מאן אין קבר און ליגט יעצט אין מאנשעסטער מוזעאום. דער סטאטוע ליגט שוין אינעם מוזעאם פאר 80 יאר, אבער לעצטנס האט ער זיך אנגעהויבן אויפפירן מאדנע. במשכ'ן טאג דרייט ער זיך אין א צירק זייער שטייט, ביז ער שטייט אויסגעדרייט מיטן רוקן צו די באזוכער, און אזוי בלייבט ער שטיין. די מוזעאום האט אויפגעשטעלט א טיים-לעפס ווידעא וואס האט רעקארדירט די מאדנע אויפפיראכטס:

רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 11:50 am

און די גלייבסט די שטותים?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2456 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 11:51 am

דו האלטס אז די ווידעא איז פאלש?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 11:52 am

איך אויך האט געשריבן:און די גלייבסט די שטותים?

ווער רעדט דא פון "גלייבן".
סך הכל פארציילט ער א מעשה.
deal מיט די פאקטן.

וואס קען דאס מיינען? אז פרעה איז עכט יא געווען אן אפגאט און טאקע נישט געגאנגען אין טוילעט?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8404 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 11:56 am

איך ווייס נישט אבער דאס ווייס איך יא אז אויב זאל עס ווען שטיין אין חז"ל וואלטן זיך שוין געיאוועט אפאר 'אויפגעקלערטע' (לאו דוקא יידל) עס אפצופרעגן מיט כל מיני קלאץ קאשעס.

אויב דו ווילסט וויסן מיין מיינונג, לדעתי איז זיכער דא א ראציאנאלע הסבר אויף דעם אן קיין אותות ומופתים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איך אויך אום דינסטאג יוני 25, 2013 11:57 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2456 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 11:57 am

ווען חז"ל וואלטן באגלייט זייערע ווערטער מיט יוטוב ווידעאס וואלט שווערער געווען עס אפצופרעגן מיט קלאץ קאשעס.

אינעם ארטיקל צו וועלכע כ'האב צוגעלינקט ברענגן זיי נאך פון א פיזיקער וואס טענה'ט אז דאס דרייען זיך פונעם סטאטוע איז א נאטורליכע ערשיינונג וואס הייסט דיפארענשעל פריקשאן. דער עגיפטאלאג וואס איז ממונה אויף דעם עקזהיביט טענה'ט אבער אז עס איז מוכרח אז דאס דרייט זיך מכוח א קללה פון דעם פארשטארבענעם עגפיטישן מאן, וויבאלד די עקזהיביט איז שוין אויף דיספלעי יארן לאנג, און פונקט יעצט האט זיך עס אנגעהויבן דריין for no good reason.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 25, 2013 11:59 am

ווער ווייסט, אפשר איז דאס די סאמע לעצטע נסיון איידער ביאת המשיח.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8404 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 12:00 pm

דער עגיפטאלאג וואס איז ממונה אויף דעם עקזהיביט מוז אזוי זאגן אז נישט פארוואס זאל מען עם צאלן זיין געהאלט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2456 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג יוני 25, 2013 12:01 pm

הייסט עס אז די ווערטער פון אונזערע הייליגע און קליגע חכמים זענען נישט ווערט ניטאמאל צו זיין גלייך מיט א יוטוב קליפ. נעבעך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2456 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יוני 25, 2013 12:05 pm

די ווערטער פון אונזערע הייליגע און קלוגע חכמים זענען קדוש וטהור, און אזוי אויך זענען די ווערטער פון אונזערע הייליגע און קלוגע ראשונים וועלכע האבן אונז געלערנט וויאזוי צו לערנען די ווערטער פון חז"ל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: שמעון_זית און 5 געסט