מיין קאמף מיטען פליענדיגס...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

מיין קאמף מיטען פליענדיגס...

שליחה דורך משה געציל »

געהערט אמאל פון א איד אז די שירה פון מאסקיטאס גייט פו פאלגענד: רבוש"ע לאמיר מאכען א בייט, א בייט וועלן מיר מאכן....

יא יא! אלץ פיין אלץ וואויל ווילאנג עס פארט נאר ארום אין די הונדעט זעכציג אותיות פונעם טעקסט מעסעדזש, ווען עס קומט אהן למעשה די סיזען לאך איך שוין גארניקס...

נעכטען נאכט נאך זייענדיג פארדרייט פונעם יו"ט'דיגן זייגער האמיר מיט א פעסטקייט מחליט געוועהן היינט נאכט 11:30 גיי מיר זיין אין בעט, אומר ועושה 11:45 האט שוין דער אויסגאבע וואס איז געלעגען אין מיין האנט טיילווייז אנגעפאנגען ארויסצופאלען, מיט דריי פערטל פארקלעפטע אויגן האב איך געגעבן א שלעפ דעם ווייער פונעם נייט-לייט, און פיינעלי אויסגעלאשן דעם סוויטש, זזזזזזזזזזזזז א מחי'....

אבער ווי אזוי גייט נאר דאס וועלטס ווערטל: דער מענטש טראכט און גאט לאכט... מה עשה הקב"ה, עוף קטן יש לי בעולמי ומאסקיטא שמו, אזוי זיך דרייענדיג אינעם בעט שפיר איך א מילדען קראץ אויף מיין רעכטן האנט, דאנק גא-ט אז צוליב דעם וואס פאריגע וואך איז געווען יו"ט זענען מיינע נעגלעך געווען ווילד געוואקסען פאלי גרייט צו מלאכת הקראצעריי, נאכנישט באוויזן צו מאכן א פולע לאנדונג פון די נעגלעך אויפען האנט, האט די פלאכע חלק פון מיין רעכטע פיס געשיקט א סיגנאל אז ער דארף אויך ספעשיל קער, נא זאל זיין אזוי, איך נעם מיין לינקע פיס איך שפאן איהם איין אין די ארבייט, נאכנישט כאפענדיג פונקטליך וואס עס גייט פאר, ווערט מיר פלוצלינג שווארץ פאר די אויגן – אנטשולדיגט פאר די אויערן -... איך הער דעם ניגון הידוע בבבבבזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזז אין רינגס ארום מיינע אויערן, נאו יעי! עד כאן! איך גיי מיך נישט לאזן! איך געב מיך א ווילדן זעץ אויף אויפן בעט, איך צינד אהן די נייט לייט, און ווי א געניטער מארין נעם איך א פאזיציע אהן זיך א ריק טאהן, ווי א מומחה אינעם ליין צושפרייט איך מיינע צוויי הענט אין איך ווארט שטילערהייט אויפן שונא, דערוואגן זאל ער זיך אריינצופליען אין מיין טעריטאריע!

ענדליך נאך אפאר לאנגע מינוטן זע איך שוין דער שונא דערנעטערט זיך אין מיין ריכטונג, בבבבבבבבבזזזזזזזזזזזזז............... אהפס! נא איי גאט יא!!! איך געב א קלאפ צאם מיינע צוויי הענט און מיט א שנעלקייט נעם איך זיך שפאנען צום ריכטונג פונעם קראן מיט מיינע הענט שטארק פארמאכט, דזשאסט אין קעיס אויב דער חצוף לעבט נאך, איך קום אהן צום קראן, איך עפן אויף מיינע הענט, אבער צו מיין ביטערע אנטוישונג, וואס? ווען? וואו? נישט דא קיין זכר פון קיין מאסקיטא, לא מיני' ולא מקצתי'...

שוין, א איד איז זיך מחזק, אזוי צובראכענערהייט פון מיין דורכפאל פאנג איך אהן צוריק צו וואקען צו מיין צימער, אנקומענדיג אין צימער האט מיר געווארט א פרישן סורפרייז, מיין אשת חיל האט זיך דערוועקט פון מיין ווילדע אקציע, און אויב מיינענדיג אז דער גאנצער פלאפ וועט בלייבן אין געהיימניס צווישען מיר און דעם מאסקיטא, האב איך מיט א פנים רויט פון בושה געמוזט מגלה זיין פאר מיין ווייב מיין גאנצען שלימזלות - אין אויב זי ווייסט, דאן ווער ווייסט נישט.... גיטס איהר נאר דעם טעלעפאן אפאר מינוט, און די זאך איז מסודר...... שוין זאל זיין כפרות עונות...

יעצט האט שוין דער מאסקיטא זיכער געכאפט זיין לעסען אז מיט מיר פאנגט מען זיך נישט אהן ווייל איך זינג אויך שירה און איך קען אויך צוריקבייסן... אבער זעט אויס אז דער מאסקיטא איז געווען גרייט אויף מסירת נפש, כ'ווייס נישט פארוואס, אפשר איז פארגעקומען אן עמערדזענשסי בלוט דרייוו... האו עבער, דאס מאל איז ער שוין געקומען אין באגלייטונג פון א קאלעגע מיט-ארבייטער און מען האט אנגעפאנגען שטעכן וואו עס גייט, אזש עס איז שוין געווען בבחינת פרוץ מרובה על העומד... און למען הקרעפל האבען זיי געמאכט א יעדע צוויי מינוט א רייזע אל די וועי אפ ביז צו מיינע אויערן אין זיך גענומען בבבבבבבבבבבזזזזזזזזזזזזעעענננננננןןןןןןןןןן מיך מזכה זיין צי הערען זייער שירה לייוו, אין אזוי ארום דארפן אוועקשלעפן מיינע צוויי ביזי הענט פון די מעמד הקראצעריי וואס זיי האבען אנגעפירט- צו דארפן געבן אפאר ווילדע שאקלעך זיי צו פארטרייבן פון מיינע אויערן...

נישט האבענדיג קיין אנדערע ברירה האב איך מיך אונטערגעווארפן אונטערן קאלדרע און ענדגילטיג פארמאכט מיינע אויגן - הגם איך האב נאך געהערט זייער בבזזזזזזזזזעררררררריייןןןןןןן איך ווייס נישט צו פון העכערן דאכענע אדער בדמיון -... אבער למעשה בין איך איינגעשלאפן, והא ראי' איך האב פארשפעטיגט מיין חברותא.... אבער אזא שלאף אהן קיין לופט און פיל מיט פאביעס וואונטש איך נישט אפילו פאר מיינע שונאים....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר