די ארמארי?! איך וויל עס!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

די ארמארי?! איך וויל עס!!

שליחה דורך ראשעקאל »

ס'טיצעך א איבערקערעניש - ווער גייט באקימען די ארמארי אין וויליפעסט, די אהרונים אדער זאלוינים, אדער האלב און האלב. איינער קען מיך מסביר זיין ווי אזוי צענדליגע טויזענטער אידן פון וויליאמסבורג לאזען זיך אזוי פירן ביי די נאז. דא שטייט מען און מ'מיטשעט זיך מיט האוזינג, מענטשען לעבן אין לעכער, און דא זיכט די גאווערמאנט צו פטר'ן א סקווער בלאק אין ווילי, און די גאנצע פייט איז נאר וועלכע אנגעפאשענע גראביאן וועט דארטען ווייטער קענען בויען בילדינג'ס פאר זיינע קינדער און אייניקלעך זיך צו שלאגען.
איין מינוט!! העי!! פארוואס בין איך נישט א קאנדידאט צום טיש?? און נישט נאר איך, נאר אויך מיין שכן שמערל וואס וואוינט מיט 13 קינדער אין א פיצי פיר בעדראם אפארטמענט? און מיין שוואגער וואס צאלט 1,900 פאר א צוויי בעדראם מיט 6 קינדער? די ווייסט ווי אזוי מ'קען אלץ העלפען גאנץ ווילי מיט אזא סקווער בלאק? וואס גייט דא פאר? פארוואס איז עס נאר גע'אפערט פאר די פאר ליידיגגייער'ס וואס ווייסן נאר ווי אזוי זיך צו שלאגען, און וואס גייען עס נאר ניצן פאר זייערע אייגענע קעניגרייכען??!

רבותי, מיר זענען קעלבער!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר