חזקיהו'ס אשכול, געדאנקען, ועוד.
{א}
- ווען ס'קומט די צייט פאר דעם עושי עוול צי פאלען, קען גאר זיין אז אין דעם ענין וואס ער איז געפאלען איז ער גאר גערעכט געווען, דאך וועט ער פאלען, די וואס זענען בעוול'ט געווארען פין אים זענען אויך געווען גערעכט .....,
ווען איינער בעוול'ט א צווייטען זאל ער וויסען אז ס'וועט אנקומען די צייט פין באצאלונג, אמאל קומט עס יארען שפעטער, נאך וואס ער האט זיך שוין לאנג מוחל געווען ..... אבער אין הימל געדענקט מען,
אין די זעלבע זאך ביי גוטס, ווען די טוסט ארויסהעלפען א צווייטען, אפילו טאמער פין יענעם וועסטע באקומען א שטויס, אבער טאמער האסטע עס געטוהן אויפריכטיג, וועט עס צים סוף צירוק קומען צי דיר, אין אמאל יארען שפעטער, אזוי ווי דוד המלך זאגט אין תהילים, "אשרי משכיל אל דל ביום רעה ימלטהו ה'",