בלאט 1 פון 1

דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:03 pm
דורך זר זהב
מאנכע האבן שוין באמערקט אז דער זומער האט זיך איינגערוקט. און דער סיסטעם שלאגענדער עולם... קרעדיט [tag]קאווע טרינקער[/tag] און אלע אנדערע פארן ארויס ווי וואוילע אינגעלעך צו די פארדזשאווערטע באנגעלויס. הם הלכו למאסקיטאס ואותנו עזבו לאנחות.

ס'ווערט א טויט שטילקייט דא אין קאפי צימער, אזש מ'קען הערן די באמבעל בינען זשומען. -- ווער ס'וויל זיך מחזק זיין, זאל אהערקומען דא און צוזאמען וועלן מיר זיך האלטן שטארק נישט געקלאפט צו ווערן פון די ליידיגע שטימונג.

מיט'ן באשעפערס הילף וועט כאטש אפשר איין אשכול לעבן אויף אלע באקן אין די זומער'דיגע וויקענדס.

ווער איז אינעווייניג?