חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!

הודעהדורך וויליאמסבורגער » זונטאג יוני 30, 2013 10:33 am

שוין יאהרן לאנג וואס עס קומט מיר אויס צו דארפען גיין קיין בארא פארק פון צייט צו צייט. איך האב מיך אייביג נוהג געוועהן צו גיין אויף אושען פארקוועי ביז עוועניו סי, און אראפגעפארן 15'טע עוועניו. די לעצטע שטיק צייט איז גאנץ 15'טע עוועניו געווארן א גהינום. ממש מ'קען נישט פארן. אסאך מאל איז דא טרעפיק פאר גאנצע גאסן. וואס איז? עס איז דא א בעקעריי בשם "קארן'ס בעקערי", וואס האבן זייערע בעקעריי אינמיטן 15'טע עוועניו, ווי מענטשען וואוינען, און ווי נאך פילע געשעפטען געפינען זיך, און 24 שעה א טאג - במלוא מובן המילה - האבן זיי טראק'ס געפארקט אויף די גאנצע גאס פון די בעקערי, אנצולאדענען זייערע סחורות צו פארקויפען אין די געשעפטן!! און נאך זענען זיי מוסיף צו האבן טראק'ס געפארקט אין די זייטן און ארום, און אויף די דערנעבענדיגע גאסן.

ס'איז יומם ולילה לא ישבותו! מ'קען נישט דורכפארן די גאס, אלע פארקינג פון די גאס נעמען זיי אוועק, און מאכן אהן א טרעפיק פאר א פאר גאסן ארום. ממש א חוצפה פון א מענטש וואס האט ב"ה פרנסה בריווח, און האט א מוצלח'דיגע ביזנעס, זאל זיך נישט רעכענען קיין איין טראפ מיט די איינוואוינער'ס פון זיין שטאט, וואס רוב פון זיי זענען זיינע קאסטומער'ס, און אזוי שטערן יעדעם.

איך בין טאקע נישט קיין בארא פארקער איינוואוינער, אבער איך האב שוין געהערט וועגן די פראבלעם פון אסאך בארא פארקערס, און איך האב געהערט (אבער נישט מברר געוועהן) אז די איינוואוינער פון די גאס האבן זיך שוין שטארק באקלאגט צו דעם בעלעבאס אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן. איך מעג אויך האבן א דעה אין דעם ווייל א) איך טוה ביזנעס אין בארא פארק, און ב) איך בין א קארן בעקערי קאסטומער, און ג) איך בין א ניו יארקער איינוואוינער, און עס איז א חוצפה פון איין ביזנעס אנצופירן א ווערטשאפט און צושטערן א גאנצע גאס אין ניו יארק 24 שעה א טאג!

א בילד וואס איך האב געכאפט פאריגע וואך
Korn's1.JPG
Korn's1.JPG (44.1 KiB) געזען געווארן 5477 מאל


צוויי בילדער פון גוגל סטריט וויו

Korn's2.JPG
Korn's2.JPG (86.21 KiB) געזען געווארן 5477 מאל

Korn's3.JPG
Korn's3.JPG (93.75 KiB) געזען געווארן 5477 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 446
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 418 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 10:42 am

מיצר שהחזיקו בו רבים וכו'.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום זונטאג יוני 30, 2013 1:04 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג יוני 30, 2013 10:56 am

יואש וויפיל איך רעג מיך יעדעס מאל איך גיי אדורך די גאס דארט, וויפיל מען מיינט זיין עזות און חוצפה האט שוין דערגרייכט די מאקסימום, טרעפט ער אלץ נייע וועגן פון פרעכהייט! די מצב היינט צו טאגס האלט אז כדי אדורך צו גיין די גאס קוקט עס אויס ווי א שלאכט זאון.

היילאוס און פעלעט מאווערס דרייווען אויף די גאס אויף היי ספיד ווי ביים טאטען אין וויינגארטן, שיין פון די רוסקיס אז זיי לאזן פוסגייערס זיך דורכשלענגלען. וירא פרוידנס פיש כי טוב, האט ער געטראכט למה נגרע, לעט מי דזשוין די עקשאן. איך שוין באמת די איינוווינער פון די גאס, פון אין זייט קארן פון די אנדערע זייט פרוינדס און דער לעבן איז א גהינם.

די משתלטים פארלאזן זיך אויף די גוטסקייט פונעם פרומען ציבור, סיי וואו ערגעץ אנדערש וואלט שוין איינער לאנג געמאכט א בורא מאורי האש. איין טאג וועט עס נאך געשעהן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5745
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2618 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 11:02 am

ס'טאקע א פראבלעם.
דו האסט נעכטען אונטערגעצונדען די פייער דארט נעכטען נאכט?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 30, 2013 11:04 am

15עוו. איז א סטיל סטענד 24\6 וועגן קארנס.
פאר ווער ס'ווייסט זענען די איינגעטומער דירעקט נאבעלע און פיינע מענטשן, אבער ס'בארעכטיגט נישט זייער בור ברשות הרבים.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יוני 30, 2013 11:07 am

וואו זענען די טיקעט טיילער ווען מען ברויך זיי?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15237
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18421 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 11:08 am

אי אפשר לתבוע את הרבים.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג יוני 30, 2013 11:08 am

יעדער פרעגט די קשיא ,ס'איז פישי די גאנצע מעשה דארט.

נו לאמיר זעהן צו אונז חרדים קענען אויך הארנעסן די מאכט פון די סאשעל מידיע צו ברענגן א טויש אין די קאראפציע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5745
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2618 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 12:16 pm

שטערנס קיפעלעך/ראגעלעך זענען די ערגסטע אויפן מארקעט, נישט אין מויל צו נעמען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4210 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2013 12:30 pm

דו ביסט גערעכט. פרוינד'ס האצעך לעצטנס צושפרייט מיט זיין סושי ביזנעס. ס'איז ב"ה נתרבה געווארן טראקס און טרעקלעך, וועלכע זיי פארקן אין די גאנצע געגנט ביי די דורכגענג (אינטערסערשאנ'ס) .זיי דיך משער ווי שווער ס'איז אדורכצושטופן א באס מיט קינדער אויפ'ן וועג צום חדר אדער אהיים. כ'האב שוין געטרייט צו רעדן מיט די אנפיהרער פון אלע תרפ"ט ארגאניזאציעס דא אין ב.פ. ס'איז אין קול ואין יונה. זיי האבן מסתמא דעם טרעפיק דעפארטמענט אויכעט אין די קעשענע. ווייל מ'זעיט קיינמאל נישט א קאר פון זיי אדער די פאליס אדורכפאהרן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13941
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9051 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 30, 2013 12:31 pm

לאמיר עפענען א פעטישאן צום ווייסן הויז אויסצודרוקן אונזער פארדאמונג פאר די 15עוו. סומאטוכע.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2013 12:34 pm

נאך איין זאך פארגעסן: ביי פרוינד'ס האט מען אויכעט א הנאה פונ'ם ריח וואס טראגט זיך אויף אלע זייטן דורכ'ן ווינד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13941
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9051 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יוני 30, 2013 1:02 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס ס'לוינט זיך עם פינאנציעל צו בלייבן אין די רעזידענטשאל עריע, ער קען טרעפן א גרעסערע פלאץ מיט א געהעריגע לאודינג דאק פאר א פערטל פרייז אין רעדהוק, און די באראפארקע פלאץ פארדינגן\פארקויפן פאר גוט געלט, נו וואס שטופט עם אנצומייכענען דוקא ביי אונז אין וויינגארטן?

איינער האט מער פרטים וועגן די נעכטן נאכטיגע פייער?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7581 מאל

הודעהדורך אביגדור » זונטאג יוני 30, 2013 1:45 pm

ופשוט הוא.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יוני 30, 2013 2:23 pm

ס'דאך געווען מוצאי.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7581 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 2:30 pm

אויב מ'מעג זיך חולק זיין מיט דיך
אז די בילדיג'ס ווערט ליידיג, וועט דאס געכאפט ווערן.
ס'קיין ספק אז די בעלים פונעם בעקעריי וואלטן שוין פון לאנג זיך אריבערגעצויגען צו א פלאץ מער געאייניגט פאר זיי, אבער איבערצופלאנצען זייער equipment איז כמעט אוממעגליך. בפרט אז אויסער חול המועד פסח ארבעטן זיי יעדען טאג אין יאר.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2013 4:36 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב מ'מעג זיך חולק זיין מיט דיך.
אז די בילדיג'ס ווערט ליידיג, וועט דאס געכאפט ווערן.
ס'קיין ספק אז די בעלים פונעם בעקעריי וואלטן שוין פון לאנג זיך אריבערגעצויגען צו א פלאץ מער געאייניגט פאר זיי, אבער איבערצופלאנצען זייער equipment איז כמעט אוממעגליך. בפרט אז אויסער חול המועד פסח ארבעטן זיי יעדען טאג אין יאר.

די (עווענטועלע) נייע בעלנים אויפ'ן בילדינג 'עלן זיך מוזן ספראווען מיט עטוליכע דורות מייז וועלכע האבן קונה שביתה געווען דארט. א פשוט'ע עקסטערמינעיטער אדער קאץ 'עט שוין דארט נישט העלפן. אפשר א סגולה פון א צדיק...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13941
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9051 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » זונטאג יוני 30, 2013 6:23 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דאך געווען מוצאי.

יעצט פארשטיי איך די אויסדרוק - ווען מ׳וויל ארויסברענגן אז מהאט עס אינטערגעצינדן - מהאט געמאכט א בורא מאורי האש, די שריפה איז דאך געווען מוצ"ש...
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

הודעהדורך Big Boy » מאנטאג יולי 01, 2013 12:02 am

For those of you that don’t live in BP, it’s important to know that you should avoid 15th Avenue bet 43 and 44. Also, 46 between 1 and 14 because of Bais Yakov school. I plan my driving route based on avoiding these 2 streets.
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 01, 2013 11:24 am

אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך קינות גירושין » מאנטאג יולי 01, 2013 11:27 am

Big Boy האט געשריבן:For those of you that don’t live in BP, it’s important to know that you should avoid 15th Avenue bet 43 and 44. Also, 46 between 1 and 14 because of Bais Yakov school. I plan my driving route based on avoiding these 2 streets.

For those of u who dosnt live in willi please avoid driving at all due to full day trefic the best time to get around is 12,30 until 2,45 midday or after 7 at night or bfore 7 am
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:36 am
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 01, 2013 11:55 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.

חוצפה אז ?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג יולי 01, 2013 11:55 am

ס'געווען אין די נייעס. זיי האבן זיך גענומען טיילן טיקעטס אין די וועלט אריין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4210 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 01, 2013 12:07 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.

חוצפה אז ?

זיי בלאקן די גאסן 3 מאל א וואך אין די אינערפרי שעות ווען ס'דא איבער 100 באסעס אויף די בארא פארקע גאסן. ביינאכט טוען זיי בעריזש ווי ס'איז ליידיג אינערפרי. דוב הייקינד האט שוין מיט זיי גערעדט און אפגעמאכט אז פון 8-9 איז נישט דא קיין פיק אפ אויף רב גאסן. ס'האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי די מוצאי יום כיפור'דיגע מעריב.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 01, 2013 12:09 pm

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: SEMrush [Bot] און 3 געסט