רויטע וואנצעס האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.
חוצפה אז ?
זיי בלאקן די גאסן 3 מאל א וואך אין די אינערפרי שעות ווען ס'דא איבער 100 באסעס אויף די בארא פארקע גאסן. ביינאכט טוען זיי בעריזש ווי ס'איז ליידיג אינערפרי. דוב הייקינד האט שוין מיט זיי גערעדט און אפגעמאכט אז פון 8-9 איז נישט דא קיין פיק אפ אויף רב גאסן. ס'האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי די מוצאי יום כיפור'דיגע מעריב.
איינער האט מסביר געווען (אדער געגעבן א תירוץ) פארוואס די סאניטעישן טראק דרייווערס פייפן זיך אריין אין אונזערע פאליטישנס און עסקנים. זייערע סקעדזשול'ס ווערן געמאכט און קאנטראלירט דורך די יוניאן, און זיי טוען וואס ס'איז באקוועם פאר זיי און זיי אינטרעסירט נישט וואספארא הסכם אונזערע פאליטישנס מאכן אפ מיט די באססעס פון סאניטעישן דעפט. זיי זענען בכלל נישט משועבד צו די אינטערעסן פון די איינוואווינערס אין די אידישע געגנטן.