חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:13 pm

כ'מיין אז די הויז אויף 44 'סטע זייט געהערט פאר ר' חיים לייב כ"ץ.

נאך אן עצה, ער זאל שטעלן צוויי גוים צו קאנטרעלירען דעם פארקער.
אדער, ערלעדיגן מ'זאל נישט מעגן פארקען אויף 15 די אנדערע זייט, פרוכט געשעפט און פריינד'ס פיש, אין די שעות וואס קינדער גייען און קומען פון ישיבה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך אביגדור » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:17 pm

צרת רבים.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:25 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין אז די הויז אויף 44 'סטע זייט געהערט פאר ר' חיים לייב כ"ץ.


ריכטיג, אונטערן נאמען CLHK TRUST ראשי תיבות פון זיין נאמען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:34 pm

איך ווייס נישט די לאזשיסטיקס פון די ביזנעס, אבער אפשר זאל די לאודינג זיין ביינאכט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך אליצפן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:42 pm

בדחן האט געשריבן:איך האב צוויי שאלות:

1) טוט ער עפעס קעגן די געזעץ?

2} איז דא א לעזונג פאר דעם פראבלעם?
יעדער ווייסט אז אויב ער וויל מופען גייט אים עס קאסטן אין די מיליאנען און עס קען אים אינטערהינקען זיין ביזנעס בשעת די קאמפיטישען איז אזוי גרויס, איך זאג נישט אז ער איז גערעכט.. אבער קיינער פון די שרייבער דא אלמלא זיי וואלטען זיך דערזען אין אזא שווערע פראבלעם וואלטן נישט אפגעשפארט די ביזנעס ארויסציהעלפן די בארא פארק טרעפיק וואס סיי ווי א דיזעסטער.. דערפאר איז די שאלה וואס קען ער טיען גרינגער צי מאכען און ער טוט עס נישט? {חוץ אויסגעבן עטליכע מיליאן דאלער.. און עס איז א שטארקע ספק אויב עס איז אויסגעהאלטען מיט די היינטיגע קאמפיטישען אין די בעקעריי ביזנעס }

איך רעדט נישט לגבי מענטשליכקייט... ווייל איך קען נישט די קהלה/ביזנעס/חסידו אדער אינסטעטושען וואס איז 100% מענטשליך אויסגעהאלטן, פארפאלען אין ניו יארק מוז מען טייל מאל שטיפען מיט די עלבאו און טיען זאכען נישט מענטשליך, אנדערע זענען נישט מענטשליך אפילו ווען זיי מיזען נישט.. נאר ברצון כדי צו מאכען נאך אפאר דאלער,

בעפאר מען איז דן א איד לאמיר זען צו די פראבלעם האט בכלל א גרינגע אדער אפילו א שווערע לעזונג, ער האט זיך דאך נישט געבויעט מיט חשבון צו זיין א חיה, ער האט אנגעהויבן קליין און אין א ליידיגע פלאטץ, וואס זאל ער טיען? און וואס וואלט איר געטיען און זיין פלאטץ?!

פארוואס מוזטו ביי יעדע זאך זיין אזוי איפכא מסתברה'דיג?? דו ווייסט וואספארא דיזעסטער ער שאפט דארט פארן גאנצן געגענט? הא?
איך מוז דארט אדורכפארן בלית ברירה יעדן טאג עטליכע מאל, און מען קען אסאך מאל דארט שטיין צוואנציג מינוט בלי גוזמא בלויז אויף דער גאס! און איך רעד שוין אפילו נישט פון דער סכנות נפשות וואס דאס איז גורם, ווען הצלה אמבולענסן קענען בשום אופן נישט אדורך פיטן צוישן די פילע טראקס.
אזא פלאץ איז א מצווה צו מסר'ן, עס איז א חוצפה ועוולה נוראה אז ער קען אזוי טון וואס ער וויל ואין פוצה פה ומצפצף.
אז דו ואלסט געוואוינט אין יענעם חלק בארא פארק וואלסטו נישט אזוי שיין גערעדט.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך בדחן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:50 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין אז די הויז אויף 44 'סטע זייט געהערט פאר ר' חיים לייב כ"ץ.
נאך אן עצה, ער זאל שטעלן צוויי גוים צו קאנטרעלירען דעם פארקער.
אדער, ערלעדיגן מ'זאל נישט מעגן פארקען אויף 15 די אנדערע זייט, פרוכט געשעפט און פריינד'ס פיש, אין די שעות וואס קינדער גייען און קומען פון ישיבה.


איז דא אזא זאך אז מען זאל קענענן אריינשניידען אין א סיידוואלק?
אויב יא האסטע געשריבען צוויי פראקטישע עצות, לאמיר האפן אז עס זאל זיין נכנסין אל הלב.

@קאווע טרינקער הגם אז דיין עצה איבער פארקינג וואלט מעגליך געלזייט די פראבלעם דאך וואלט איך נישט געוואלט מען זאל רעסטריקטען פארקיניג, עס איז אזוי אויך גענוג אנגעשטרענגט מיט פארקינג, און די אנדערע געשעפטן מיזען נישט ליידען צילוב ווייניג פארקינג, בנוגע שטעלן צוויי גוים איז עס ווי א לאטע אויף אויף א לאטע, עס וועט נישט סאלווען די פראבלעם.


אליצפן האט געשריבן:פארוואס מוזטו ביי יעדע זאך זיין אזוי איפכא מסתברה'דיג?? דו ווייסט וואספארא דיזעסטער ער שאפט דארט פארן גאנצן געגענט? הא?
אזא פלאץ איז א מצווה צו מסר'ן, עס איז א חוצפה ועוולה נוראה אז ער קען אזוי טון וואס ער וויל ואין פוצה פה ומצפצף.
אז דו ואלסט געוואוינט אין יענעם חלק בארא פארק וואלסטו נישט אזוי שיין גערעדט.


@אליצפן אנטשולדיגט פאר די עגמ"נ, איך האב גארנישט געמיינט נאר אויסצישמיעסן אויב עס איז דא א שכל'דיגע וועג ארויס פינעם פראבלעם אן אפשפארען די ביזנעס,
און אגב, די רעדסט פון מסר'ן, איך האב פריער געפרעגט "אויב ער טוט עפעס קעגן די געזעץ" וואס איז שייך מסר'ן אויב ער איז ליגאל?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בדחן אום מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:59 pm

בדחן האט געשריבן:
@קאווע טרינקער הגם אז דיין עצה איבער פארקינג וואלט מעגליך געלזייט די פראבלעם דאך וואלט איך נישט געוואלט מען זאל רעסטריקטען פארקיניג, עס איז אזוי אויך גענוג אנגעשטרענגט מיט פארקינג, און די אנדערע געשעפטן מיזען נישט ליידען צילוב ווייניג פארקינג, בנוגע שטעלן צוויי גוים איז עס ווי א לאטע אויף אויף א לאטע, עס וועט נישט סאלווען די פראבלעם.


זיי ליידען סייווי, די קולות וברקים. און אפילו אייער טרעפט שוין יא א ליידיג מקום צו פארק'ן, מוז ער צוקומען צו די רחמנות פון די אנגעצויגענע דורכפארער, זיי זאלן אים לאזן מאכן א דריי אויף אריין.
אדרבה, קום אריבער קיין בארא פארק, כאפ א בליק.

בנוגע צוויי גוים, אדער אידן - נישט קיין חילוק. אמת, אבער דאך עפעס. ביז מ'טוט וואס ער הייסט.

בד"וו, יעצט פאלט מיר איין, אז מ'מעג עסן קארן'ס ברויט אן א ברכה. משום בוצע ברך נאץ ה'.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך petergrifin » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:02 pm

אפשר קענן זײ עפארדען צי מופן די מאשינן אויב זײ װעלן שפארן אפאר מיליאנען דורך אויסמײדן דער נעקסטע סטרײק :idea:
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 878 מאל

הודעהדורך בדחן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:04 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:זיי ליידען סייווי, די קולות וברקים. און אפילו אייער טרעפט שוין יא א ליידיג מקום צו פארק'ן, מוז ער צוקומען צו די רחמנות פון די אנגעצויגענע דורכפארער, זיי זאלן אים לאזן מאכן א דריי אויף אריין.

אדרבה, קום אריבער קיין בארא פארק, כאפ א בליק.


מסכים אז עס קען מעגליך זיין א צייטווייליגע לעזונג,
אגב, האסט דען געפערעגט די אנדערע שרייבער דא צי זיי זענענן גרייט איך זאל מיר אוועקרייסען פינעם שטיבעל צו קענענן זען די פראבלעם?
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:10 pm

http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/JobsQ ... bhous=5322

44 דזשאב פיילינגס!!!!!!! מליאנע דאלארן אריינגעפאמפט די לעצטע פאר יאר! ער וועט קיינמאל נישט אוועקגיין פון דארט! נישט ער און נישט בניו אחריו.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך סאו וואט » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:20 pm

אז מ'רעד שוין פונעם נושא, איך וויל נישט פארדרייען, אבער מענין לענין באותו ענין.
וואס איז דעיס אנדערש ווי אלע חתונה זאלן? עטרת חיה, עטרת גאלדא, אור החיים וויזניץ, תורה ויראה?
אלע שכנים רעדן זיך אפ אויפן פארקינג, נויז, ביפען און דו שפעטע נאכט שעות, דו געסט מאכען אסאך נויז אונדרויסען.
וואס עפ"י חו"מ יש מקום למחות, זיי זאלן פארשפארט ווערן, והיינו טעמא ד'בעקער.

אני הקטן וואוין אקעגן איבער א חתונה זאל, לא יאומן כי יסופר וויפיל מאל זיי וועקן מיך, איבערהויפט מיינע קינדער,
סתם דו נויז איז נישט נארמאל, און דו ווינטער הער איך יעדען טאג זיבענע צייט ק"ה אכסוף, ווען דו קינדער גייען שלאפען.
דערנאך יעדער נאכט צוויי אזייגער קומט גאלדען פלוי טראק דעליווערן דער מילך, און מאכט נויז, ועוד ועוד ודיו אילו ימי וכל מי כנושתא,
איז נישט דער מעגליכקייט צו באשרייבען הצער והנזק, גיי מוף, זאגט זיך גרינג, ווי שנעל האט ארי ראטטענבערג געמופט פון סקווירא,
ס'מופט זיך נישט אזוי שנעל, און דו בעלי הזאלן והבעקערס גייט עס ניטטאמאל אן. מאני מאני מאני.

יושר פון זיי איז עס זעכער נישט. מ'קען עס אבער נישט העלפן.
דאס איז שוין נאך א שכן, וואס האט א באבע ביי זיך און שטוב, און רופט יעדער נאכט 311

אדרבא אפשר זאל קאווע שטיבל מאכען א מחאה... ווי איז דער שפיטיווקא?...
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך בדחן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:38 pm

@סאו וואט ברענגסט ארויס גאר א אינטערסאנטע נקודה, די זעלבע איז מיט יעדע פאבליק בנין וואס מען גיט א צי ארויף דרעקעגן די ווילען פון די שכנים,

סאו וואט האט געשריבן:וואס עפ"י חו"מ יש מקום למחות, זיי זאלן פארשפארט ווערן,

איך קען נישט קיין חו"מ אבער מען קען טענה'ן אז עס איז א סערוויס און א חלק וואס קימט מיט א יודישע פלאטץ, ועל דעת זה קויפסטע דיין דירה מיט וויסען אז ארום דיר גייט זיין חתונה זאלען און בתי מדרשים און אלע אנדערע זאכען וואס מאכען נויז און שטערן די רו פון די שכנים, און נאר דערפאר האסט געקויפט דיין דירה צווישן ידען נישט אינדרויסען ווי קענסט עס האבן פאר ווייניגער ווי העלפט די פרייז.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:54 pm

סאו וואט האט געשריבן:אז מ'רעד שוין פונעם נושא, איך וויל נישט פארדרייען, אבער מענין לענין באותו ענין.
וואס איז דעיס אנדערש ווי אלע חתונה זאלן? עטרת חיה, עטרת גאלדא, אור החיים וויזניץ, תורה ויראה?

ס'איז נישט די זאל וואס מאכט גערודער. ס'איז די (אומ)מענטשען וואס פייפען, שרייען, און מיינען אז מ'מוז פארק'ן אויף די גאס פון די זאל גופא, און רעכנען זיך נישט מיט אנדערע.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8521 מאל

הודעהדורך סאו וואט » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:10 am

בדחן האט געשריבן:@סאו וואט ברענגסט ארויס גאר א אינטערסאנטע נקודה, די זעלבע איז מיט יעדע פאבליק בנין וואס מען גיט א צי ארויף דרעקעגן די ווילען פון די שכנים,

סאו וואט האט געשריבן:וואס עפ"י חו"מ יש מקום למחות, זיי זאלן פארשפארט ווערן,

איך קען נישט קיין חו"מ אבער מען קען טענה'ן אז עס איז א סערוויס און א חלק וואס קימט מיט א יודישע פלאטץ, ועל דעת זה קויפסטע דיין דירה מיט וויסען אז ארום דיר גייט זיין חתונה זאלען און בתי מדרשים און אלע אנדערע זאכען וואס מאכען נויז און שטערן די רו פון די שכנים, און נאר דערפאר האסט געקויפט דיין דירה צווישן ידען נישט אינדרויסען ווי קענסט עס האבן פאר ווייניגער ווי העלפט די פרייז.


איך האלט שוין נאכן שטודירען דער נושא. כ'קען דו הלכה גוט.
האסט טאקע א גוטע שפיץ, זאגסט גוט, פיין אנגערירט, אבער עטרת חיה עטרת גאלדא וויזניץ תורה ויראה זיי זענען אלע געקומען נאכדעם וואס מ'האט שוין פאקטיש
געוואוינט דארטן, וגם אני בתוכם איז דו חתונה זאל געבויט געווארן נאכדעים וואס כ'האב שוין דארט געוואינט, און עפ"י הלכה וואלט איך, און מ'קען נאכאלס, מוחה זיין.
אזאש זיי זאלן זיך דארפן שליסען.

נאר דו אלע זאלן ווערן געראנט ביי מוסדות, און אלע קאווע שטיבעל ווייסען ברור מללו אז ס'נישטא מיט וועם צורעדן וועגן מוסדות.
ווייל דו רעבנים מיט זייערע מוסדות זענען קאראפטירט, און זענען סעלפיש מענטשען וואס רעכענן זיך נישט מיטן צווייטען, ופני הדור כפני הכלב.
וועגן בעקערי ווייסיך טאקע נישט פארוואס מ'מאכט נישט דארט א מחאה, קען זיין ער האט אויך מוסדות פארוועם ער געט ביליג וואס בעקען אים.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:54 am

סאו וואט: קאנספיראציעס לאז איבער פאר חזקיהו המלך. דו גייסט אריבער פון זאלן צו קארנ'ס בעקערי, אז אפשר האט ער אויך מוסדות וואס בעקן איהם. איך קען פערזענליך די זיוהנ/ען פון ר' יודל קארן ע"ה. זיי זענען וואוילע אידן בעלי צדקה. חוץ דעים רעד איך אלס איינער וואס האט אדורך געשטופט א באס פיהר מאל א טאג דורך יענע גאס. און איך קען זאגן אז כאטש די טראקס וועלכע זענען ביי די בעקערי זענען גורם די סומאטוכע אין טרעפיק, זענען זיי נישט די איינציגסטע. דער פרוכט סטאר אקעגנאיבער מאכט אויכעט אן א טרעפיק ווען זיינע דעליווערי טראקס דאבל פארקן. און סתם אזוי א פאר יודעלעך וועלכע לויפן נאר אריין פאר א פאר מינוט אין ספרים/דזשודעיאיקא געשעפט. און זיי לאזן איבער די קארס דאבל-פארקד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13941
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9051 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:57 am

די ווען פון די קלינערס פלעגט אלץ פארקן ביי די פאמפ אויף 44, ביז ער האט מחליט געווען אז די טיקעט אויפן סיידוואק איז ביליגער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:02 am

בערל/ ווען פלעגסטו דורכשטיפען די באס? ס'ווערט דארטען יעדן טאג ערגער.
וואס רעדסטו שטותים אז אנדערע מאכן די טרעפיק. ווייסט זייער גיט אז זייערע טראק'ס זענען שולדיג. סאו פארדריי נישט די שמועסן און די פאקטן
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:06 am

זעהט אויס בערל האט אויפגעגעבן די באס און דרייווט יעצט איינע פון די טראקס פאר שטערן..... (:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:18 am

ראשעקאל האט געשריבן:בערל/ ווען פלעגסטו דורכשטיפען די באס? ס'ווערט דארטען יעדן טאג ערגער.
וואס רעדסטו שטותים אז אנדערע מאכן די טרעפיק. ווייסט זייער גיט אז זייערע טראק'ס זענען שולדיג. סאו פארדריי נישט די שמועסן און די פאקטן

לאמיר רואיגערהייט (ווי א ראש הקהל) ענטפערן על ראשון ראשון.איך פלעיג אדורך שטופן דעם באס אכט אזייגער אינדערפריה און .9:15 נאכמיטאג 3 אזייגער און 5 אזייגער. און א סאך מאל אכט אזייגער ביינאכט, אויפ'ן וועג צו אויפפיקן די בחורים. ס'איז אייביג געווען דארט א טרעפיק. די צווייטע תשובה איז געווען אז כ'האב געזאגט אז זיי זענען נישט די איינציגסטע וואס מאכן דארט א טרעפיק. כדאמרן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13941
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9051 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:20 am

ווי לאנג צוריק, ר' בערל?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך בדחן » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:21 am

ראשעקאל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:חוץ דעים רעד איך אלס איינער וואס האט אדורך געשטופט א באס פיהר מאל א טאג דורך יענע גאס. און איך קען זאגן אז כאטש די טראקס וועלכע זענען ביי די בעקערי זענען גורם די סומאטוכע אין טרעפיק, זענען זיי נישט די איינציגסטע. דער פרוכט סטאר אקעגנאיבער מאכט אויכעט אן א טרעפיק ווען זיינע דעליווערי טראקס דאבל פארקן. און סתם אזוי א פאר יודעלעך וועלכע לויפן נאר אריין פאר א פאר מינוט אין ספרים/דזשודעיאיקא געשעפט. און זיי לאזן איבער די קארס דאבל-פארקד.
בערל/ ווען פלעגסטו דורכשטיפען די באס? ס'ווערט דארטען יעדן טאג ערגער.
וואס רעדסטו שטותים אז אנדערע מאכן די טרעפיק. ווייסט זייער גיט אז זייערע טראק'ס זענען שולדיג. סאו פארדריי נישט די שמועסן און די פאקטן


גערעכט, @berlbalaguleh מען האט שוין געבטען פריער אין דעם אשכול, אז די אשכול דארף גיין אויף א געוויסע ריטעם, קעגנזייטיגע מיינוגען שטערט די רואיגקייט פון א טייל, ביטע זיך רעכענענן דערמיט און נישט שרייבען אנדערש ווי די גאנג פינעם אשכול.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:22 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן:זעהט אויס בערל האט אויפגעגעבן די באס און דרייווט יעצט איינע פון די טראקס פאר שטערן..... (:

די האסט האלב רוח הקודש. איך האב אויפגעגעיבן יענעם רוט. איך פאר שוין ב"ה נישט אריבער דארט מיט'ן באס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13941
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9051 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:25 am

ראשעקאל האט געשריבן:ווי לאנג צוריק, ר' בערל?

צוויי יאר צוריק. אבער איך פאר נאך דארט אריבער טעגליך מיט מיין קאר. איך זעה דעם מצב. ס'איז נישט גרינג. אבער כ'עלל איבערזאגן וואס כ'האב פריער געזאגט אז זיי זענען נישט די איינציגסטע. דאס נעמט נישט אוועק זייער אחריות צו טון עפעס. אבער דער איבריגער עולם דארף זיך אויכעט משתתף זיין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13941
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9051 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:26 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זעהט אויס בערל האט אויפגעגעבן די באס און דרייווט יעצט איינע פון די טראקס פאר שטערן..... (:

די האסט האלב רוח הקודש. איך האב אויפגעגעיבן יענעם רוט. איך פאר שוין ב"ה נישט אריבער דארט מיט'ן באס.

ד.מ. דער ''רוח'' האט ער שוין, דארף ער נאך האבן ''קודש'' :)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4210 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 1:28 am

ס'דערמאנט רב מיללער'ס ווארט. ער האט איינמאל געטון אין עפעס א שידוך, און ער האט כמעט פארדינט א הויז דערפון. וואס הייסט? פונעם שידוך האט זיך אויסגעלאזט א 'בוידעם', האט ער שוין געהאט דעם בוידעם. האט ער נאר געדארפט צובויען עטליכע אונטערשטע שטאקן. ע"כ

וואס רעד איך דא צאם
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4210 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און 6 געסט