קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין אז די הויז אויף 44 'סטע זייט געהערט פאר ר' חיים לייב כ"ץ.
בדחן האט געשריבן:איך האב צוויי שאלות:
1) טוט ער עפעס קעגן די געזעץ?
2} איז דא א לעזונג פאר דעם פראבלעם?
יעדער ווייסט אז אויב ער וויל מופען גייט אים עס קאסטן אין די מיליאנען און עס קען אים אינטערהינקען זיין ביזנעס בשעת די קאמפיטישען איז אזוי גרויס, איך זאג נישט אז ער איז גערעכט.. אבער קיינער פון די שרייבער דא אלמלא זיי וואלטען זיך דערזען אין אזא שווערע פראבלעם וואלטן נישט אפגעשפארט די ביזנעס ארויסציהעלפן די בארא פארק טרעפיק וואס סיי ווי א דיזעסטער.. דערפאר איז די שאלה וואס קען ער טיען גרינגער צי מאכען און ער טוט עס נישט? {חוץ אויסגעבן עטליכע מיליאן דאלער.. און עס איז א שטארקע ספק אויב עס איז אויסגעהאלטען מיט די היינטיגע קאמפיטישען אין די בעקעריי ביזנעס }
איך רעדט נישט לגבי מענטשליכקייט... ווייל איך קען נישט די קהלה/ביזנעס/חסידו אדער אינסטעטושען וואס איז 100% מענטשליך אויסגעהאלטן, פארפאלען אין ניו יארק מוז מען טייל מאל שטיפען מיט די עלבאו און טיען זאכען נישט מענטשליך, אנדערע זענען נישט מענטשליך אפילו ווען זיי מיזען נישט.. נאר ברצון כדי צו מאכען נאך אפאר דאלער,
בעפאר מען איז דן א איד לאמיר זען צו די פראבלעם האט בכלל א גרינגע אדער אפילו א שווערע לעזונג, ער האט זיך דאך נישט געבויעט מיט חשבון צו זיין א חיה, ער האט אנגעהויבן קליין און אין א ליידיגע פלאטץ, וואס זאל ער טיען? און וואס וואלט איר געטיען און זיין פלאטץ?!
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין אז די הויז אויף 44 'סטע זייט געהערט פאר ר' חיים לייב כ"ץ.
נאך אן עצה, ער זאל שטעלן צוויי גוים צו קאנטרעלירען דעם פארקער.
אדער, ערלעדיגן מ'זאל נישט מעגן פארקען אויף 15 די אנדערע זייט, פרוכט געשעפט און פריינד'ס פיש, אין די שעות וואס קינדער גייען און קומען פון ישיבה.
אליצפן האט געשריבן:פארוואס מוזטו ביי יעדע זאך זיין אזוי איפכא מסתברה'דיג?? דו ווייסט וואספארא דיזעסטער ער שאפט דארט פארן גאנצן געגענט? הא?
אזא פלאץ איז א מצווה צו מסר'ן, עס איז א חוצפה ועוולה נוראה אז ער קען אזוי טון וואס ער וויל ואין פוצה פה ומצפצף.
אז דו ואלסט געוואוינט אין יענעם חלק בארא פארק וואלסטו נישט אזוי שיין גערעדט.
בדחן האט געשריבן:
@קאווע טרינקער הגם אז דיין עצה איבער פארקינג וואלט מעגליך געלזייט די פראבלעם דאך וואלט איך נישט געוואלט מען זאל רעסטריקטען פארקיניג, עס איז אזוי אויך גענוג אנגעשטרענגט מיט פארקינג, און די אנדערע געשעפטן מיזען נישט ליידען צילוב ווייניג פארקינג, בנוגע שטעלן צוויי גוים איז עס ווי א לאטע אויף אויף א לאטע, עס וועט נישט סאלווען די פראבלעם.
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיי ליידען סייווי, די קולות וברקים. און אפילו אייער טרעפט שוין יא א ליידיג מקום צו פארק'ן, מוז ער צוקומען צו די רחמנות פון די אנגעצויגענע דורכפארער, זיי זאלן אים לאזן מאכן א דריי אויף אריין.
אדרבה, קום אריבער קיין בארא פארק, כאפ א בליק.
סאו וואט האט געשריבן:וואס עפ"י חו"מ יש מקום למחות, זיי זאלן פארשפארט ווערן,
סאו וואט האט געשריבן:אז מ'רעד שוין פונעם נושא, איך וויל נישט פארדרייען, אבער מענין לענין באותו ענין.
וואס איז דעיס אנדערש ווי אלע חתונה זאלן? עטרת חיה, עטרת גאלדא, אור החיים וויזניץ, תורה ויראה?
בדחן האט געשריבן:@סאו וואט ברענגסט ארויס גאר א אינטערסאנטע נקודה, די זעלבע איז מיט יעדע פאבליק בנין וואס מען גיט א צי ארויף דרעקעגן די ווילען פון די שכנים,סאו וואט האט געשריבן:וואס עפ"י חו"מ יש מקום למחות, זיי זאלן פארשפארט ווערן,
איך קען נישט קיין חו"מ אבער מען קען טענה'ן אז עס איז א סערוויס און א חלק וואס קימט מיט א יודישע פלאטץ, ועל דעת זה קויפסטע דיין דירה מיט וויסען אז ארום דיר גייט זיין חתונה זאלען און בתי מדרשים און אלע אנדערע זאכען וואס מאכען נויז און שטערן די רו פון די שכנים, און נאר דערפאר האסט געקויפט דיין דירה צווישן ידען נישט אינדרויסען ווי קענסט עס האבן פאר ווייניגער ווי העלפט די פרייז.
ראשעקאל האט געשריבן:בערל/ ווען פלעגסטו דורכשטיפען די באס? ס'ווערט דארטען יעדן טאג ערגער.
וואס רעדסטו שטותים אז אנדערע מאכן די טרעפיק. ווייסט זייער גיט אז זייערע טראק'ס זענען שולדיג. סאו פארדריי נישט די שמועסן און די פאקטן
ראשעקאל האט געשריבן:בערל/ ווען פלעגסטו דורכשטיפען די באס? ס'ווערט דארטען יעדן טאג ערגער.berlbalaguleh האט געשריבן:חוץ דעים רעד איך אלס איינער וואס האט אדורך געשטופט א באס פיהר מאל א טאג דורך יענע גאס. און איך קען זאגן אז כאטש די טראקס וועלכע זענען ביי די בעקערי זענען גורם די סומאטוכע אין טרעפיק, זענען זיי נישט די איינציגסטע. דער פרוכט סטאר אקעגנאיבער מאכט אויכעט אן א טרעפיק ווען זיינע דעליווערי טראקס דאבל פארקן. און סתם אזוי א פאר יודעלעך וועלכע לויפן נאר אריין פאר א פאר מינוט אין ספרים/דזשודעיאיקא געשעפט. און זיי לאזן איבער די קארס דאבל-פארקד.
וואס רעדסטו שטותים אז אנדערע מאכן די טרעפיק. ווייסט זייער גיט אז זייערע טראק'ס זענען שולדיג. סאו פארדריי נישט די שמועסן און די פאקטן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זעהט אויס בערל האט אויפגעגעבן די באס און דרייווט יעצט איינע פון די טראקס פאר שטערן..... (:
ראשעקאל האט געשריבן:ווי לאנג צוריק, ר' בערל?
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:זעהט אויס בערל האט אויפגעגעבן די באס און דרייווט יעצט איינע פון די טראקס פאר שטערן..... (:
די האסט האלב רוח הקודש. איך האב אויפגעגעיבן יענעם רוט. איך פאר שוין ב"ה נישט אריבער דארט מיט'ן באס.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט