berlbalaguleh האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:סאיז א ירושה הויז און איינמאל מציעט זיך ארויס דארף מען זיך צעטיילן און זאכן ווערן קאמפליצירט.
וואס אמאל זיכער אז די חוצפה איז נאר ואיום און ווערט נאר ערגער און ערגער נישט נאר מקען נישט דורכפארן די גאס נאר אפילו דורכגיין קען מען נישט געהעריג כאילו די גאנצע גאס געהערט פאר זיי.
קאדוס פאר גרינפעלד פאר'ן אנהויבן א קאמף קעגן די שטערן מאפיא פאמיליע און זאל עס געקרוינט ווערן מיט ערפאלג.
מדי דברי. אז מ'רעדט שוין, איז כדאי צו דערמאנען דעם נייעם, חשוב'ן סטאר, ברעדבעררי אויף די זעכציגסטע גאס ביי קארנער זיבצענטע עוועניו. אמת, זיי האבן א גוטן וואלעי סערוויס און א לאט וואו זיי פיהרן די קארס פון די קאסטומערס. אבער די דעליווערי טראקס אויף זיבעצענטע עוועניו מאכן אן א חורבן. ס'איז בכלל א שמאלע גאס. און ווען די טראקס פארקן אויף ביידע זייטן פון די עוועניו (אזוי ווי ס'געשעהט רוב טעג), איז זייער שווער פאר דעם טרעפיק, און ספעציעל באסעס, זיך אדורכצושטופן. איך האב שוין צוגעזעהן עטליכע פענדער בענדערס. איך מוז מיך אדורכשטופן דעם אינטערסעקשאן לכה"פ פיהר מאל טעגליך. און א יעדעס מאל ס'גייט אדורך גלאטיג דארף איך גומל בענטשן. איך פארגין פאר א יעדן איד הצלחה און עשירות אבער דער בעה"ב דארף טראכטן פון עפעס א סאלושן. ווייל אזוי קען עס ווייטער נישט אנגיין...!
סאיז טאקע א פראבלעם, ער האט צוגעשטעלט פארקינג , דאס איז גיט. אבער ער האט צוגענימען א האלבען בלאק פאר טראק דעליוועריס, פיין אבער די טראקס פארקען נישט דארט , זיי פארקען דאבעל אויף 17 , אין אסאך מאל אויף 60st. איך גיי אריין קויפען דא אין דארט אבער עס איז דא פראבלעמען. פלאס די גארבעדש ער מאכט אהן אויף די זייט פון 17 ave כמעט א יעדער פרייטאג צונאכטס אין שבת ליגט אנגעווארפען דארט סאיז ממש אן עקעל. דער טענט מיט די משונ׳הדיגע ווערטער פון תאווה אין שטותים. דהיינו -
"for the love of food" ," in food we trust", "eat,love, enjoy" .
למעשה מיט אפאר קליינע improvements וואלט ער באוויליגט אסאך מער מענטשען אריינצוגיין אין מאכען זייער ארדעאס אין דער געשעפט. אבער אזוי ארבייט עס בכלל אין בארא פארק, יעצט פאר פסח זעט מען טרעלארס געפארקט איבעראל ארום בארא פארק ,עס איז נישט דא ווי צו פארקען , די קינדער קענען נישט קראסען געהעריג, אבער די עולם לויפט ווייטער קויפען ווייל עס איז אפאר סענט ביליגער, אדער א בעסערען אויסווייל וכו׳ . אויב איינער ווייזט נישט קיין ריספעקט פאר די איינוואוינערס פון א פלאץ ( פארגעס שוין אלס דינים פון בבא בתרא ) דעמאלטס איז ער נישט ווערט אינזער ביזנעס.