ספר הזכרונות, די שרעקליכע עוולות פין די פעלקער צי אונז אידען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

ספר הזכרונות, די שרעקליכע עוולות פין די פעלקער צי אונז אידען

שליחה דורך חזקיהו המלך »

לייינענדיג דא אין דארט קומט מען אסאך מאל אקעגען שרעקליכע עוולות וואס איז אפגעטוהן געווארען צי אונז אידען דורעך די אומות העולם,

וויל איך עס דא אריינשרייבען, אזוי אז ס'זאל ווערען פארשריבען לזכרון די געמיינקייט פין די אומות, אפילו די אזוי געריפענע ציוויליזירטע אומות,
-------

פריער האב איך געליינט איבער עטליכע הונדערט יודישע קינדערלאך, קאלעכיגע יתומים, וואס האבען בשעת די צווייטע וועלט קריג זיך געראטעוועט קיין איראן, אין געוואלט אנקומען קיין ארץ ישראל,

אין קודם האט מען זין געדארפט זייער פלאגען ביז מען האט געקענט פועל'ן פאר זיי רשות צי אריינקומען אין ארץ ישראל,

אין נאכדעם, האבען זיי געדארפט פארען דורעך איראק צי אנקומען קיין ארץ ישראל, האט מען געבעטען די איראקער (וואס איז דאן געווען אינטער ענגלישע איינפלוס) אז זיי זאלען זיי לאזען דורעך פארען, אין זיי וועלען אפילו נישט ארויס טרעטען פין די באו אויף איראקער ערד, אבער ס'האט גארנישט געהאלפען, זיי האבען קיין רשות נישט באקומען, אין זיי האבען געדארפט פארען דורעך אינדיע, דאס מיינט זיי האבען געדארפט ארום פארען א האלבע וועלט צי אנקומען קיין ארץ ישראל,

איראן איז געווען אינטער ענגלישע איינפלוס, אין האט דאן באקומען מיליטערישע הילף פין אמעריקע, אבער ס'קיינעם נישט אנגעגאנגען די נעבאכיגע אידישע יתומים, אזש אפילו פשוט דורעך פארען מיט די באן האט מען זיי בשום אופן נישט געלאזט,

אוי באשעפער ווי ווייט קען גרייכען די שנאה אין די האס צי דיינע קינדער, אזש אפילו ווען די וועלט האט שוין געוויסט אז מען טרינקט די בלוט פין דיינע קינדער אין אייראפע, האט קיינער נישט געהאט קיין ברעקעלע רחמנות אויף געראטעוועטע קאלעכיגע יתומים,

קומה ה' ויפוצי אויבך וינוסו משנאך מפניך,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר