אז איך האב געהערט עפעס נוצבארע נייעס אין די הינזיכט מוז איך עס מיטטיילן מיט'ן עולם תושבי נוי יארק און התורה חסה על ממונם של ישראל. ס'מיר אויסגעקומען צו הערן איינעם אויסשמועסן וויאזוי אונז אידן און שוין אפשר אנדערע אויך געבן זיך אן עצה מיט די מיטטער טיקעטס און דער נייער מוניט מיטטער העלפט אסאך ארויס.
יענער זאגט אז אויב באזיצט איר א מוני מיטטער צעטעלע וואס איז אין די 5 מינוט פון א פאליציי טיקעט איז דער טיקעט אויטאמאטיש דיסמיסט. ווייל די געזעץ גיט דיר א 5 מינוט צייט צו קויפן א טיקעט, ווייל אויב איז א מיטטער צובראכן און איר דארפט גייען א בלאק ארויפציהר, נעמט דאך דאס צייט. יענער פארציילט אז ער זיצט אין זיין קאר און ער זעהט וויאזוי זיין שכן באקומט א טיקעט, מערקט ער אן פאר יענעם אז ער זאל שנעל קויפן א מוני טיקעט און דער זאך איז געסאלווט!
איז אים אויסגעקומען צו זעהן א איד קויפט א מיטטער טיקעט און צו זיין ווינדער לייגט ער דאס צעטעלע אריין אין זיין טאש און שטעלט זיך ביים אפיס בילדינג און ווארט. ס'גייט נישט דורך 3 מינוט אין א טראפיק פאליס גייט דורך און גיבט אים א טיקעט. שוין, יעצט גייט זיך אונזער אידל ארויף צו זיין אפיס. לויפט מען אים נאך מיט ווינדער פרעגן צו ער איז ביים זינען? זאגט ער אז ער האט א מיטטער טיקעט 3 מינוט פאר די פארקינג טיקעט, זיין מוני טיקעט וואלט נאר גוט געווען פאר 15 מינוט, יעצט קען ער זיין אין זיין אפיס פאר 2 שעה... ווייל די פאליס גיט נישט איין טיקעט נאכן צווייטן... די ערשטע טיקעט וועט סייווי ווערן דיסמיסט צוליב זיין מיטטער טיקעט.
דאס איז געוואלדיג. איך מיין אז איך האב אלעס גוט פארשטאנען. און זאלן קומען די וואס קענען זיך אויס און זאגן צו איך בין גערעכט אויף זיכיר, צו נישט. איך האף אז מ'וועט זיך אזוי שפארן געלט
הלכות מוני מיטטער, באצאלט נישט די טיקעטס! ליינט און סעיווט$$
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
דער אשכול פארמאגט 19 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן