תשעה באב תשע"ג סטייל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

תשעה באב תשע"ג סטייל

הודעהדורך פרישער » דאנערשטאג יולי 11, 2013 7:13 pm

מען גייט שוין אריין און דעים שבוע שחל בו, מען האט שוין ממעט געוועין מיט משא ומתן, מיר עסן פארווע טשולענט, מרבה מיט מילכיגס, אזוי ווי ביי זמן מתן תורתינו, מיר פירן זיך צו עסן פיש מיט עגפלענט פעדזשאמעס, פיצא איז נישט דער מנהג, דא דארט ב'צינאה א ווענילע אייזקרים בלי ספרינקעלס, ווייל ספרינקעלס מאכט פריילעך און מיר ווייסען דאך אז שנכנס אב ממעטעין בשמחה,

מיר זענען מער מחמיר צו נעמען דעים טוש, דאס הייסט אז ווען מיר נעמען א שויער, שרייען פיל מער פערזאנען, און עס העלפט ווייניגער תירוצים, סיז א ביג דיל נישט צו שמעקען און אזעלכע טרויעריגע טעיג, דעיס איז דאך קלאר דער רצון השם, סעשטייט דאך אזוי אין שיחענארעך, און מיר ווארפען זיך אינטער, ווי קען מען נעמען א שויער ווען דער בית המקדש גייט אט אט חרוב ווערן, שרייט א צווייטער.

עס קימט שוין דו פאסט טאג תשעה באב, איינס פון דו לאנגווייליגסטע און אימעטיגסטע טעיג פאר א פאסטענדער איד, אזוי פלעיגט אמאל צו זיין, מען איז געקימען און שיל, זיך געזעצט עלי אדמת ניכר, און געוויינט און געקלאגט אויפן חירבן הבית, מען האט געגעסן אש מיט איי אויסגעמישט מיט בכיה על אלה, די עלטערע וואס האבען נאך מיט געמאכט דעים קריג האבן אויסגעניצט דו צייט מיט קלאגען עלליהם וטפיהם שנהרגו על המוקד הנורא ושניפץ עולליך עלי סלע, ווער רעדט נאך ווען מען האט געהערט דו קינות פון אזא עלטערע איד, האט שוין גארנישט געגליסט צו שמייכלען, איך געדעינק א איד וואס האט מידי שנה בשנה אריין און דעים מלחמה שמיעס תיכף נאך דו קינות, און דעיס איז אנגעגאנגען שעות וואס מען האט געבוכה'ט אויפן גרויסען חרבן אייראפע,

א איד א בעיבי בומער, האט נאך געהאט לחליחות פון צער האט פארגעלערנט מסכת גיטין מיט מדרש איכה, מיט געדילד פון שטאהל האט מען דערציילט דו מעשה פון די זעמל מעיל ביז שווארץ ברויט, עד שחטפה שינה האט מען נישט מסיח דעת געוועין, קיין אנדער פלאץ ווי אין שיל איז נישט געוועין ווי ארים צוהעינגען.

אינדערפרי די זעלבע מעשה מען האט אדער געוויינט ביים קינות'ל מען האט געטראכט פון טרויעריגע מאמענטן בשעת דער עלצטער פון שיל האט געפייערט בקול נמיך אויה לי, ווען עס איז געקימען צו בצאתי ממצרים ביז בצאתי מירושלים, האט מען זיך אלץ אינטערגעברימט דעים ניסך פון פריילעך זויער, ביי אלי ציון האט מען זיך דערוועקט איש מפיתרון חלומו חלמנו, דעים טאג ווייטער פארברעינגט מיט לערנען וועיגן חרבן, דו אויפגעקלערטע האבען געליינט יוסיפין,

היינט איז א נייע וועלט, עס הייבט זיך אן ביים כאפען אן ארט, דו מיט עקספיריענס, כאפן ביי א לעקטריק פלאג, דו איבריגע גייען ווי נעינטער צים פענסטער פאר בעסערע סערוויס, דו מער בלעבתישע וואס האבען ווערייזאן זענען נישט מקפיד זיי קומען באוואפענט מיט א בעק אפ בעטערי, אלע גרופעס אויף וואץ עפ זענען ביזי ביז גאר, יעדע סקונדע שמייכעלט א צווייטער נאר דער בעל תפילה אויב ער ווייסט וואס איז גיט פאר עים לעשט אויס זיין סעל, ווייל עס קען נתהפך ווערן צו על אלה אני רייס זיך פאר געלעכטער, אלע וואס קענען דעים אקאראט באקימענעם וויץ באגעניגען זיך מיט א בלויזען צינישען שמייכעל, און א מינדערוויכטיגע שאקל מיטן של ראש, אריינקלערענדיג אויב דו וויץ איז ווערט צו שיקן ווייטער אדער קיין עזאזל המדברה.

פלאי פלאים תיקף נאך דו קינות די שיל ווערט לער, דער עולם ציגייט זיך קיינער בלייבט נישט אין שיל, יעדער פעקעלט זיך און א ווינקעל ווייט פינעם אויג פין פרעמדע, און מען נעמט אפיר די אנלימיטעד דעיטע פלאן, און מען הייבט אן צו שטאדירן אויפן "די רער" וואס סיז אלץ באוויסט וועיגן טיטות און נביכאדרעצער מלך בבל, און ישועת השם כהרף מען זיכט טרעפט מען, און דער טאג פליעט אריבער מיטן פיאניסט אדער שינדלערס ליסט און דו מיט דו שטערקערע הערצער און בעסערע טעלעפאנען וואס ענטהאלט אויך פארדזשי דער קען זעין אן קיין באפערינג אפהאלט, דער ווערט שוין ניכשל און חרבן טיטאניק ועוד בכלל,

עס איז שוין גארנישט אזוי לאנג ווייליג, סיז אפילו צו קארץ הער איך מאנכע אויסדריקען, נו וויאזוי האסטע געפאסט, ברוך השם ניטאמאל געשפירט, סייסט ביזט איינגעשלאפן, נע נישט ציגעמאכט קיין אויג, ני וואס האסטע געטיען מיטן יום גדול, אה געוועין זייער ביזי, כ'האב געהאט מיטינגס, גיי זיי מסביר אז נעטפיקס ארבייט אנלימיטעד, מען קימט צו מנחה און מען ריפרעשט אלע גרופעס צו זעין וואס מען האט פארפאסט, מען ריפט אן אהיים שיער נישט פארגעסן אריין צוטשעקן זעין וואס דארט טיצעך, תשעה באב איז פאריבער און יעדער איז פריילעך, לשנה הבאה בירושלים. אבער איצט קומט שבת נחמי, היות מיר זענען לקתה בכפליים זענען מיר מיבטח מיט א נחמה בכפליים.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1073 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:18 pm

איך דערמאן זיך פאריאר ת"ב האט מיר איינער געוויזן א וויץ אויפן סעללפאון אין סאמע מיטן איכה (ביינאכט) און יענער האט געשאסן פאר געלעכטער כאילו ס'איז אינמיטען פורים ר"ל.
גראדע איז עס געווען א גיטס ס'איז געשטאנען דארט בערך אזוי: צו מיין שכן פון די רעכטע זייט איך פארשטיי אז מען פירט זיך צו עסן אייער ביי די סעודה המפסקת אבער קאם אן, ווער האט דיר געבעטן צו עסן פיפצן שטיק פארוואס דארפן אלע דיינע שכנים ליידן..
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 746
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג יולי 12, 2013 2:30 pm

אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך קינות גירושין » פרייטאג יולי 12, 2013 2:48 pm

איך וויך בעטן קיינער זאל מיך נישט אינזין האבען דעם 9/11,
ב״ה טינגס אר געטינג ווערי גוד, אין אלל די ענגעלס
תודה
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 11:36 am
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 457 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » פרייטאג יולי 12, 2013 2:54 pm

ס׳איז ליידער ניכר דעם נולד מאוחר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 12, 2013 3:10 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .

ווען דער ביהמ"ק איז געשטאנען זענען נישט געוועין קיין ציונים. הגם ס'זענעון דא דיעות אז די בריונים זענען א גילגול פון די ציונים. אדער פארקערט. איין זאך איז זיכער. פאר די גזירות ת"ח ות"ט זענען די ציונים (ימ"ש?) זיכער שולדיג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יולי 12, 2013 3:34 pm

פרישער מען קען דאך פון זינען אראפגיין, ס'קעפל טוט מיר וויי פון אזויפיל לאכן,
מען קען דא נוצן דעם ווארט פון צדיקים, רבש"ע אויב ביסטע נישט צעפרידן ווי אזוי אידן פראווען דעם תשעה באב, דאן נעם עס אוועק פון זיי.

פרישער האט געשריבן:....און מען הייבט אן צו שטאדירן אויפן "די רער" וואס סיז אלץ באוויסט וועיגן טיטות און נביכאדרעצער מלך בבל, און ישועת השם כהרף מען זיכט טרעפט מען, און דער טאג פליעט אריבער....

נאכן אנפרעגן אין די היכלות אויבן וואס מיינט דער אויסדרוק "די רער", נתגלה לי בחלום הלילה (you tube) וד"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג יולי 12, 2013 7:31 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .


פארוואס עפעס ווילסטו טרויערן? ווער האט דיך געבעטן צו טרויערן? קרא עלי מועד! ווארפען באבקעס איז נישט א באבע מנהג, ס'געווען א סיבה פארוואס מען האט עס געטון. איך זאג דאס נישט ח''ו מרוב קלות, איך מיין עס גאר ערענסט. פארשטייט זיך אז ס'דא אן ענין צו קלאגן אבער ס'אויך דא אן ענין אויף פארקערט. בכלל איז היינט אסאך שווערער צו קלאגן נאך דעם וואס מיר זעהן אז שיבת ציון האט זיך אנגעפאנגן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » פרייטאג יולי 12, 2013 7:55 pm

זוכה ורואה שטייט דאך
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג יולי 14, 2013 2:01 am

הערליך פרישער! (הגם כ'בין ארויס מיט קאפוויי...)
דעם קעפל איז עפעס נישט גוט געספעלט. לכאורה באציסטו זיך צו "טישע באוו" אויב כ'האב ריכטיג פארשטאנען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2734 מאל

הודעהדורך טעפל » זונטאג יולי 14, 2013 2:43 am

פרישער ריזיג און אמתדיג אראפגעלייגט, און טאקע אויפדעם האט וויא ינער האט שוין דערמאנט די אפטע רב ז"ל געזאגט באשעפער אויב ס'געפעלט דיר נישט ווי זיי פראווענען דעם טאג נעם עס אוועק פון זיי..
ווי האט איינער געזאגט "ס'טוט מיר וויי אז ס'טוט מיר נישט וויי אז ס'טוט מיר נישט וויי..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך גלעזעלע » זונטאג יולי 14, 2013 12:24 pm

יתרו האט געשריבן:איך דערמאן זיך פאריאר ת"ב האט מיר איינער געוויזן א וויץ אויפן סעללפאון אין סאמע מיטן איכה (ביינאכט) און יענער האט געשאסן פאר געלעכטער כאילו ס'איז אינמיטען פורים ר"ל.
גראדע איז עס געווען א גיטס !.


עס איז מבואר אין שו"ת מהרי׳ מטראני בנוגע די עפיזאד מיטן מהר"י אבוהב "על אבן אחת שבעה עיניים". אז ווען א וויץ איז א גוטס, דאן קען מען מיקל זיין כלפי בזיון הרב. לכאורה קען מען דאס צושטעלן בנידן דידן. אז די הלכה ממעטין בשמחה איז נישט אקטועל ווען עס איז בנוגע א גוטס.

( צו די וויץ מיט פופצען אייער איז בדווקא א גוטס, נו, על טעם וריח אין .. איך האב עס געליינט אין מיטן עסען און דאן שמעקט מיר נישט די דזשוקס. ווי עס ווערט געפסקנט "אין מפיחין בסעודה".)
גלעזעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג יולי 14, 2013 2:16 pm

די גאנצע טעקסטעראציע וואס טיט זי אפ און סמעדרש ת''ב, איז בלויז א חלק פון די באוויסטע מחלה, וואס פלאגט אונזער יונגווארג און די היינטיגע טעכלאגאישע עפאכע, די די מחלה ריפט זיך, ביזי:

יעדע ראצעראל וואס איז קוים ארויסגעקראכן פונעם שנה ראשונה ווינדל, ער קען נאכנישט רעכט שרייבן זיין נאמען אויף לעזאי''ש, באוואפענט זיך מיטן טייערסטען טעלעפן וואס מען נאר באקימען, וואס האט מער פישעווקעס וואופול ציין ער האט, און ער איז א גאנצען טאג פארנימען זיך שפילן דערמיט, אלעס, אז מענטשען זאלן מיינען אז ער איז ביזי, און ער איז א ריזיגע ביזנעסמאן, און פירט ריזיגע איטערנאציאלע געשעפטן, ווען ביזדערווייל לעבט ער נעבאך אויפן פודסטעמפ קארטעל.

די מאמע קאלט אים אן און וויל אים פרעגען צו ער קימט אויף נאכטמאל, ענפערט ער מאמי רעד שנעל, איך בין ביזי איצט, ביזי מיט וואס? ביזי ארום שיקן א אויסגעבלאזענע וויץ וואס עמיצער וואס איז אזוי ביזי וואו די האט דיר געשיקט?

ער קימט ת''ב און שול, אויב ווען ער נישט זיי פארנימען מיט זיין טעלעפאן, מה יאמרו הבריות?

אז מאטי איז ח''ו נישט ביזי? ער כאפט נישט אז ת''ב ארבייט מען נישט, און ווען מען זאגט איכה איז שוין די באנק צוגעמאכט, און פרעזידענט אבאמא פופט שוין לאנג, און אפי' לענגלי ווערשיניע איז פארזינקען און א טיפע שלאף.

יונגעמאן זיי נישט אזוי ביזי, גיי מאך א פאר דאללאר וועסטי מער אויף טאן, וואו אנשטעלן א פנים וואו א ביזי מען:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום זונטאג יולי 14, 2013 2:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1653
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל

הודעהדורך גלות יוד » זונטאג יולי 14, 2013 2:20 pm

יא מ'האט זיך שוין נעבעך צוגעוואוינט צו די גלות משיח דארף שוין קומען
אזוי ווי די משל מיט די בן מלך וואס האט זיך אויפגעפירט שלעכט, און געווען געפעטשעוועט, האט מען אים געשיקט אין דארף צו די פויערן זיי זאלן אים מאכן פאר א מענטש ער זאל זעהן אז ס'יז נישט הפקר וועלט אדם לעמל יולד, הקיצור ער איז אנגעקומען אהין קודם האט ער געוויינט און געשריגןכ'וויל אהיים גיין ווי קען איך זיין מיט די פארגרעבטע פויערן איך בין דאך א בן מלך אבער אזוי האט דער מלך גוזר געווען ואין לך רשות להרהר אחריו צוביסלעך איז ער געווארן מער און מער ווי איינע פון זיי און אינגאנצן פארגעסן מאין באת נאך אפאר יאר האט דער מלך געשיקט א שליח זען ווואס טיט זיך מיט זיין זון קומט ער אן אהן טרעפט ער אן דעם פויער (בן מלך ) און גייט מיט אים אריין אין א שמועס און ער זאגט אים די ווייסט ער איך בין איך בן א שליח פון דיין טאטע וואס ער איז די מלך פון די גאנצע לאנד אזוי? זאג מיין טאטן איך דארף געלט צו קענען קויפן ברוינפן פארט ער צוריק צום מלך און דערציילט אים אז דיין זון דארף געלט פאר ברוינפן, נעמט זיך דער מלך רייסן די האר פון קאפ, וואס איז געווארן מיט מיר איכה היתה לזונה איך האב אים געשיקט צו ווערן א מענטש און דא איז ער מיר געווארן א גאנצע פויער פארגעסן זיין אפשטאם וכו' וגו' ונמשל כהנ"ל
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך העלא » זונטאג יולי 14, 2013 6:10 pm

פאר א יאר האט הרה,ג ר' זאב אהרן טעללער פון קרית יואל פארגעלערנט מדרש איכה נאכן קינות,

ער האט אויסגערעכנט אלע זאכן וואס מיר האבן פארלוירן זייטן חורבן, און געוויינט מיט אזאנע בכיות,

איך שטיי נאך יעצט משתומם אז עס איז נאך דא בדורינו אלה אזא זאך ווי א אינגערמאן אונטער 35 זאל עכט וויינען אויפן חורבן
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 3:23 pm

ממש תורה לשמה!!
בייגעלייגטע פיילס
וואצאפ.jpg
וואצאפ.jpg (19.22 KiB) געזען געווארן 2488 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 3:33 pm

שארף...
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (101.82 KiB) געזען געווארן 2488 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג יולי 15, 2013 8:49 pm

אויף דעם קען מען טון ביידע
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (59.87 KiB) געזען געווארן 2416 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מאנטאג יולי 15, 2013 11:17 pm

הנגיד החסיד ר אליהו ענגלענדער שליטא ביים זאגן קינות
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (48.33 KiB) געזען געווארן 2363 מאל
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך atmybest » דינסטאג יולי 16, 2013 10:36 am

בעל הבית האט געשריבן:הנגיד החסיד ר אליהו ענגלענדער שליטא ביים זאגן קינות


איז עס אויסגעהאלטן צו זיצן אזוי באקוועם?
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:18 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך בעל הבית » דינסטאג יולי 16, 2013 12:35 pm

איך גלייב ער געפרעגט א שאלה ער איז א בן שמונים אנגעלודענט מיט בילליאנען אוואדי דארף ער זיצן אביסעלע באקוועמער
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך איש צדיק תמים » דינסטאג יולי 16, 2013 12:36 pm

הוגה האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער מעורר זיין וואס מיר היינט ליידען אלץ א ריזאלט פון די חורבן. כדי איז איך זאל באמת קענען טרויערען אויפן חרבן.
סזאל נישט זיין א תשעה באב תשע''ג סטייל .


פארוואס עפעס ווילסטו טרויערן? ווער האט דיך געבעטן צו טרויערן? קרא עלי מועד! ווארפען באבקעס איז נישט א באבע מנהג, ס'געווען א סיבה פארוואס מען האט עס געטון. איך זאג דאס נישט ח''ו מרוב קלות, איך מיין עס גאר ערענסט. פארשטייט זיך אז ס'דא אן ענין צו קלאגן אבער ס'אויך דא אן ענין אויף פארקערט. בכלל איז היינט אסאך שווערער צו קלאגן נאך דעם וואס מיר זעהן אז שיבת ציון האט זיך אנגעפאנגן.

וואס איז דאס שיבת ציון?
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג יולי 16, 2013 12:43 pm

איש צדיק תמים האט געשריבן:וואס איז דאס שיבת ציון?


שיבת ציון אויף יידיש= אז יודען קערן זיך צוריק צו וואוינען אין ארץ ישראל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3787
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5812 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 12:47 pm

נאך א בילד פון דעם בענקעל נישט מקנא זיין
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (120.04 KiB) געזען געווארן 2206 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » דינסטאג יולי 16, 2013 12:53 pm

הלוואי!!
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (30.05 KiB) געזען געווארן 1923 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2764
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2355 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט