תשעה באב תשע"ג סטייל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך איינגעמיירעט » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 9:15 am

לעיקוואד האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן: פון די אלע הבטחות אויף די ימי הגאולה איז דארט קיין זאך נישט מקויים געווארן אחוץ אז די מלוכה איז סא טו סעי אידיש,\

האסט פארגעסן אז דאס איז די איינציגסטע הבטחה וואס איז דא אויף ימי הגאולה לפי שיטת שמואל והרמב"ם, און איז לכולי עלמא די מערסטע וויכטיגסטע דערפון.

אגב, אסאך הבטחות און נבואות וואס אפילו דער רמב"ם האט מוציא געווען מידי פשוטם ווייל עס איז געווען אזוי שוורע זיי צו גלייבען וועגן זמן העתיד, זענען שוין מקוים געווארען היינט אין דער גאנצער וועלט אדאנק די טעכנאלאגישע פארשריט.

עס איז גאנץ זיכער אז א איד אפילו פון זמן הבית קומט היינט און טרעפט די משונה'דיגע שפע און יכולות וואס איז דא אויף דער וועלט, אפילו מיט די אלע 'צרות' וואס מיר האבען ליב צו וויינען אויף זיי, וואלט זיכער געווען אז ער טרעפט זיך בכלל אין גן עדן..

@לעיקוואד
די רמב״ם רעדט פון מלך גרעסער ווי שלמה,אלע מלכי אומות וועלען זיין נכנע אונטער עם, און די רמב״ם רעדט פון א מלך וואס וועט אוועקשטעלען דת ישראל, די רמב״ם רעדט פון די התרוממות כבוד אלקי ישראל איבער די גאנצע וועלט.
מדארף דיך זיין בלינד צוזאגען אז מהאלט בא ימי המשיח להרמב״ם, די רמב״ם רעדט פון משיח בן דוד אלס מלך.
כדרכך שרייבסטו שרייבסטו מיט א פעסטקייט כאילו די זאלסט וועין געהאט דורך געטוהן די סוגיא,די ברענגסט נישט קיין מקורות מכלומרשט ווייל די האסט פשוט נישט קיין געדולד מסביר צוזיין,די שרייבסט נאר אזא רח״ק תשובה,אמאל ווארפסטו אריין עפעס א גאגעל סורטש פון עפעס א ישיבשע גערעדאכץ א שטייגער ווי נחשוני וכדומה.
וחוץ מזה די רס״ג די כוזרי די ראב״ד די רמב״ן האלטען אלע אז סוועט זיין אל טבעי,די רמב״ם איז א שיטה יחידאה.
אויב איינער האט איבריג צייט זאל ער מוחל זיין און שרייבען א בירור.
די ציל פון מיין שרייבען דא איז נישט זיך צו טענהנען מיט מענטשען וואס האבען א פראבלעם מיט יודושקייט,און מיט אננעמען די עיקרי אמונה וואס אונזערע עלטערען האבען מיט אונז געלערענט.
איך שרייב דא נאר פאר איינער וואס פאלט דא אריין און מיינט טאקע אז די רמב״ם איז מגולגל געווארען און לעיקוואד און שרייט צו אונז אז אונז זעמיר שוין אויסגעלייזט,פאר אזא איינעם זאג איך גיי לערען טאקע כוזרי,אמונות ודעות לרסג ,ספר הגאולה פון רמבן.

און צו דיע אלע הבלים וואס @געפילטע פיששרייבט דא צאם.
וועל איך נאר זיך באציען צו איין נקודה.
די עיקר נקודה פון ימות המשיח,פון צו האבען אן אייגענע מלכות,און בכלל די עיקר נקודה פון כלל ישראל איז.
סזאל זיין איין פאלק וואס היט אפ די אויבערשטערס תורה און איז מפרסם אלקותו בעולם.
די ראש השנהיגעדיג שמו״ע שיסודו בבית מדרשא דבי רב,וואס גאנץ כלל ישראל זאגט,איז כסדר פארנומען מיט דעם.
ד.ה. אז סוועט זיין א מלוכה פון די יודישע רעליגיע א מלוכה וואס איז מפרסם אלוקות,און דורך דעם וואס דיע מלוכה וועט מצליח זיין,וועט נתפרסם ווערען די אויבערשטערס מלוכה. און דאס מיינט מלוך על כל העולם וכ״ו וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכ״ו.
די מלוכה היינט וואס האט מיט קיין שייכות נישט מיט יודישקייט און מיט כבוד שמים איז נישט וואס די אלע ספרי נביאים און ראשונים רעדען.
אוודאי בא חסידים ווייסט מען אז די אויבערשטער האט ליב א יוד בין כך ובין כך קרוין בנים וכ״ו,און ער היט און טוט נסים פאר אלע זיינע קינדער,און ער ווארט אויף יעדע יודס תשובה,ממילא אפילו פאר דיע מדינה טוט די אויבערשטער נסים פאר אלע יודען, אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט די פריערדיגע דערמאנטע זאכען.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

Re: תשעה באב תשע"ג סטייל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:44 am

מפרסם זיין אלקות איז סובייעקטיוו.
רובא דרובא וועלט גלייבט היינט אין איין גאט און די אלע עבודה זרה'ס וואס דער נביא זאגט פאר וועלן צושמעטערט ווערן זענען שוין לאנג ללעג ולקלס ביי די גאנצע וועלט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3860
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6030 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:02 pm

און וואס איז מיט אטאאיזם וואס ווערט נאר שטערקער?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2462
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6912 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:06 pm

דאס איז בעיקר הייפ פון געוויסע וואס רופען זיך אטעיסטן. ס'איז נישט אמת באופן כללי אין דער וועלט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3860
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6030 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:08 pm

עניוועי, אין דער אשכול האב איך געשריבען פאראיאר, איך ווייס נישט צו היינט בין איך מסכים צו אלעס וואס שטייט דא בשמי. כ'בין אין אביסעל מער א פעסימיסטישער גיסטע דאס יאר, איז משיח מעג שוין קומען, הגם איך ווייס נישט אויב דאס וועט עפעס העלפען כנ"ל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3860
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6030 מאל

הודעהדורך איינגעמיירעט » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:15 pm

@לעיקוואד
ס׳איז מיר א פרייד צו זעען, אז סאיז נאך דא אזעלכע מענטשען וואס לאזען זיך פלאץ איבערצוטראכטען זייערע שטארקע הנחות,און האלטען זיך נישט שטארק בא הנחות וואס האט זיי אויסגעזעען נעכטין צו זיין די אמת.

בנוגע אלקות,איז בעיקר משמע און ספרי הנביאים אז ימות המשיח וועט זיין, ווען די גאנצע וועלט וועט זעען אז די יודען וואס גייען נאך די תורה,ווערען געהאלפען דורך אלקי ישראל,און די יודישע מלוכה וואס גייט נאך תורת ישראל ווערט נתגדל אויף די וועלט,דעמאלס וועט מען זעען אז די אויבערשטער איז נאמן לבית ישראל,און דאס וועט אויפשאקלען די אומות אז אלקי ישראל איז מלך ומלכותו בכל משלה.
און דיע גאנצע געשטעל דארף זיין דורך מלכות בית דוד און ירושלים,
דאס איז וואס שטייט צענדליגע מאל און נ״ך און אין די תפילות שמו״ע פון אגאנץ יאר און בפרט און שמו״ע פון ר״ה,און און ברהמ״ז.
דאס וואס אומה״ע האלטען האלב וועיגס פון איין גאט איז נאך זייער ווייט פון ,פחדך על כל מעשיך,ישתחוו לפניך כל הברואים ״ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם״ און פון ויאמר כל אשר נשמה באפו ד׳ אלקי ישראל מלך,ויקבלו כולם את ״עול״ מלכותך.
און
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

הודעהדורך פליקער » פרייטאג יולי 24, 2015 3:16 pm

ב"ה היי האט איז שוין בכלל נישט שייך די גאנצע אשכול, ווייל זינט די 'קינות קלל' ישראל איז שוין מער נישט פארהאן קיין שום סמארט פאון'ס, אלע וואצעפס זענען ב"ה בטול ומבוטל, אפילו קאווע שטיבל איז אינטערגעגאנגען ציליב די תקנות הדורות, קוים קוים וואס גוגל ארבייט נאך, על כן היי יאר וועט זיך אנזעין אז דער עולם ביטערט אויפן חרבן הבית, דעריבער פעילט נישט אויס די גאנצע אשכול, אולי זאל מען עס פארמעקן, כדי עס זאל פארגעסן ווערן אז נישט אזוי לאנג ציריק איז כלל ישראל שיעור אינטערגעגאנגען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:17 pm

תשע"ו
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יולי 28, 2017 8:07 am

און... תשע"ז.
ועדיין לא נושענו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18156 מאל

Re: תשעה באב תשע"ג סטייל

הודעהדורך פליקער » זונטאג יולי 22, 2018 12:07 am

תשע''ח, און מיר זענען נאך אלס אינעם פינסטערען גלות.

שווער און ביטער איז דער גלות, וואס און בלויז 5 יאר וואס דער פותח האשכול האט געשריבן האבן פיל זאכן געטוישט, שויו נישטא קיין סעלפאון'ס אין שיל, איך האב נישט באקומען קיינע וויצען מער אויף וואצעפ נאר די שיעורים פון רעב מיילעך בידרמן ווי ער קלאגט פינף שעה און איין צו.

יעדע שיל האט זיין גבאי און יעדע סקווער פיס האט א פליקאט קעגען די סמארט פאון אויה לי

נאר אין די קאנטרי'ס קען מען נאך נעמען די פאון אין די הענט אריין אן כאפן א מאשקאנטע אללי לי.

אלע קעמפ'ס האבן אנגעהויבן אהיים שיקן די קינדער שבת חזון און פאסטען מיר אויפן מוח אויה לי.

תשעה באב היי יאר איז געפאלן אויף א זינטאג און איך מיז זיין אין קאנטרי, און מער ברויך איך נישט זאגן ווי גרויס די בראך איז אללי לי.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

Re: תשעה באב תשע"ג סטייל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 22, 2018 6:25 am

ריכטיג, בשעת ווען כלל ישראל זענען געזעסען על אדמתם, איז עפ"י רוב געווען שווערער צייטען, אבער די סיסטעם און די פראבלעם זענען נישט געווען ווי היינט.
בימי שלמה המלך, האט מען געלעבט אין א גאלדענע תקופה. נישט אלע יארען, אבער א חלק דערפון. נאך דעם האט מען געזינדיגט און יעדער זינד האט געברענגט נאך פראבלעמען, דערקייקלונגען און עונשים מיט ירידות גשמיות ורוחניות. די האפענונג פון ערליכער אידען דעמאלס איז צוריק צו גייען צו שלמה המלך׳ס צייטען. מ׳האט געהאט דער גאנצע אינפראסטרוקטור אין פלאץ, נאר פרטים האבען געפעלט, און צו אט די גאולה השלמה האט מען געשטרעבט.
עד שבא נבוזרדאן רב הטבחים און אונטער געצינדען די גאנצע זאך. די גאנצע אינפראסטרוקטור ארום וואס מלכות בית דוד איז געבויט איז שוין נישט דא. עס איז צוזאם געפאלען נישט נאר די בנין, נאר די גאנצע האפענונג איז אונטערגעברענגט געווארען. אויף דעם קלאגט מען, און מיט די נייע מציאות קען מען זיך נאכאלס נישט משלים זיין.

די היינטיגע מדינת ישראל, רעלאטיוו צו מדינת רוסלאנד פון מיין זיידעס, איז טאקע גליקליך. אבער איך זעי נישט קיין דירעקטע ליניע צווישען איהר און א פאלנע גאולה. עס איז נאך דא א ווייטער וועג ביז ווילאנג די קאנסטיטוציע איהרע איז תורת משה מסיני. געדענק אז אריין וואוטען א שווארצע הוט טראגעדיגע פאליטישען אלס ראש ממשלה איז נאכאלס שטארק גלות׳דיג. די געזעלשאפט דארט ציעט די גשמיות און פוסטקייט, און פונקט ווי אין אלע גלות׳ן, פאדערט זיך אן איבערשטרענגונג צו דערלעבען עפעס העכערס. די גאולה גייט ברענגען, אלס א מינימום, א נייעם לעבענסשטייגער אין וואס גשמיות און צרכי הגוף וועלען פארנעמען נישט מער ווי איהר ריכטיגע ארט, אלס א טפל צום עיקר חיי הרוח פון עבדות לה׳. דאס איז אלס נכלל אין די שעבוד מלכיות וואס אפילו דער רמב"ם איז מודה וועט אוועק גייען ביים גאולה העתידה.

און צום שלוס, דאס אז אזעלכע ווערטער קענען געשריבען ווערען ת"ב פארטאגס מיט טרוקענע אויגען, וואס דאס מיינט אז די אלע זאכען זענען נישט אריבער די מיליאן מיילס וואס שטייען צווישען די מוח און די געפיהל, איז אויך א חלק פון די גלות וואס מדינת ישראל האט נישט געלעזט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3099 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8397 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט