תשעה באב תשע"ג סטייל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

תשעה באב תשע"ג סטייל

שליחה דורך פרישער »

מען גייט שוין אריין און דעים שבוע שחל בו, מען האט שוין ממעט געוועין מיט משא ומתן, מיר עסן פארווע טשולענט, מרבה מיט מילכיגס, אזוי ווי ביי זמן מתן תורתינו, מיר פירן זיך צו עסן פיש מיט עגפלענט פעדזשאמעס, פיצא איז נישט דער מנהג, דא דארט ב'צינאה א ווענילע אייזקרים בלי ספרינקעלס, ווייל ספרינקעלס מאכט פריילעך און מיר ווייסען דאך אז שנכנס אב ממעטעין בשמחה,

מיר זענען מער מחמיר צו נעמען דעים טוש, דאס הייסט אז ווען מיר נעמען א שויער, שרייען פיל מער פערזאנען, און עס העלפט ווייניגער תירוצים, סיז א ביג דיל נישט צו שמעקען און אזעלכע טרויעריגע טעיג, דעיס איז דאך קלאר דער רצון השם, סעשטייט דאך אזוי אין שיחענארעך, און מיר ווארפען זיך אינטער, ווי קען מען נעמען א שויער ווען דער בית המקדש גייט אט אט חרוב ווערן, שרייט א צווייטער.

עס קימט שוין דו פאסט טאג תשעה באב, איינס פון דו לאנגווייליגסטע און אימעטיגסטע טעיג פאר א פאסטענדער איד, אזוי פלעיגט אמאל צו זיין, מען איז געקימען און שיל, זיך געזעצט עלי אדמת ניכר, און געוויינט און געקלאגט אויפן חירבן הבית, מען האט געגעסן אש מיט איי אויסגעמישט מיט בכיה על אלה, די עלטערע וואס האבען נאך מיט געמאכט דעים קריג האבן אויסגעניצט דו צייט מיט קלאגען עלליהם וטפיהם שנהרגו על המוקד הנורא ושניפץ עולליך עלי סלע, ווער רעדט נאך ווען מען האט געהערט דו קינות פון אזא עלטערע איד, האט שוין גארנישט געגליסט צו שמייכלען, איך געדעינק א איד וואס האט מידי שנה בשנה אריין און דעים מלחמה שמיעס תיכף נאך דו קינות, און דעיס איז אנגעגאנגען שעות וואס מען האט געבוכה'ט אויפן גרויסען חרבן אייראפע,

א איד א בעיבי בומער, האט נאך געהאט לחליחות פון צער האט פארגעלערנט מסכת גיטין מיט מדרש איכה, מיט געדילד פון שטאהל האט מען דערציילט דו מעשה פון די זעמל מעיל ביז שווארץ ברויט, עד שחטפה שינה האט מען נישט מסיח דעת געוועין, קיין אנדער פלאץ ווי אין שיל איז נישט געוועין ווי ארים צוהעינגען.

אינדערפרי די זעלבע מעשה מען האט אדער געוויינט ביים קינות'ל מען האט געטראכט פון טרויעריגע מאמענטן בשעת דער עלצטער פון שיל האט געפייערט בקול נמיך אויה לי, ווען עס איז געקימען צו בצאתי ממצרים ביז בצאתי מירושלים, האט מען זיך אלץ אינטערגעברימט דעים ניסך פון פריילעך זויער, ביי אלי ציון האט מען זיך דערוועקט איש מפיתרון חלומו חלמנו, דעים טאג ווייטער פארברעינגט מיט לערנען וועיגן חרבן, דו אויפגעקלערטע האבען געליינט יוסיפין,

היינט איז א נייע וועלט, עס הייבט זיך אן ביים כאפען אן ארט, דו מיט עקספיריענס, כאפן ביי א לעקטריק פלאג, דו איבריגע גייען ווי נעינטער צים פענסטער פאר בעסערע סערוויס, דו מער בלעבתישע וואס האבען ווערייזאן זענען נישט מקפיד זיי קומען באוואפענט מיט א בעק אפ בעטערי, אלע גרופעס אויף וואץ עפ זענען ביזי ביז גאר, יעדע סקונדע שמייכעלט א צווייטער נאר דער בעל תפילה אויב ער ווייסט וואס איז גיט פאר עים לעשט אויס זיין סעל, ווייל עס קען נתהפך ווערן צו על אלה אני רייס זיך פאר געלעכטער, אלע וואס קענען דעים אקאראט באקימענעם וויץ באגעניגען זיך מיט א בלויזען צינישען שמייכעל, און א מינדערוויכטיגע שאקל מיטן של ראש, אריינקלערענדיג אויב דו וויץ איז ווערט צו שיקן ווייטער אדער קיין עזאזל המדברה.

פלאי פלאים תיקף נאך דו קינות די שיל ווערט לער, דער עולם ציגייט זיך קיינער בלייבט נישט אין שיל, יעדער פעקעלט זיך און א ווינקעל ווייט פינעם אויג פין פרעמדע, און מען נעמט אפיר די אנלימיטעד דעיטע פלאן, און מען הייבט אן צו שטאדירן אויפן "די רער" וואס סיז אלץ באוויסט וועיגן טיטות און נביכאדרעצער מלך בבל, און ישועת השם כהרף מען זיכט טרעפט מען, און דער טאג פליעט אריבער מיטן פיאניסט אדער שינדלערס ליסט און דו מיט דו שטערקערע הערצער און בעסערע טעלעפאנען וואס ענטהאלט אויך פארדזשי דער קען זעין אן קיין באפערינג אפהאלט, דער ווערט שוין ניכשל און חרבן טיטאניק ועוד בכלל,

עס איז שוין גארנישט אזוי לאנג ווייליג, סיז אפילו צו קארץ הער איך מאנכע אויסדריקען, נו וויאזוי האסטע געפאסט, ברוך השם ניטאמאל געשפירט, סייסט ביזט איינגעשלאפן, נע נישט ציגעמאכט קיין אויג, ני וואס האסטע געטיען מיטן יום גדול, אה געוועין זייער ביזי, כ'האב געהאט מיטינגס, גיי זיי מסביר אז נעטפיקס ארבייט אנלימיטעד, מען קימט צו מנחה און מען ריפרעשט אלע גרופעס צו זעין וואס מען האט פארפאסט, מען ריפט אן אהיים שיער נישט פארגעסן אריין צוטשעקן זעין וואס דארט טיצעך, תשעה באב איז פאריבער און יעדער איז פריילעך, לשנה הבאה בירושלים. אבער איצט קומט שבת נחמי, היות מיר זענען לקתה בכפליים זענען מיר מיבטח מיט א נחמה בכפליים.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 111 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר